די רעוואלוציאנערישע 'בלעקבערי Z10'

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

די רעוואלוציאנערישע 'בלעקבערי Z10'

שליחה דורך סופר ומונה »

נאך אלע הספדים אויף 'רים' - די פירמע וועלכע שטעלט אהער דעם 'בלעקבערי' - איז זי אויפגעשטאנען תחיית-המתים מיט איר רעוואלוציאנערישער 'בלעקבערי Z10'. דער נייער טעלעפאן קומט אין א צייט וואס דער מארקעט פון בלעקבערי איז געפאלן פון 85% צו א שטוינענדער 2.9%, נאכדעם וואס אין די לעצטע יארן האבן מאסן מענטשן געטוישט זייערע בלעקבעריס צו די געשמאקערע מער-פארגעשריטענע אייפאון און ענדרויד טעלעפאנען. אבער דער נייער טעלעפאן ברענגט האפענונג פאר דער פירמע. קריטיקירער לויבן אויס די פילע באדינונגען וואס דער טעלעפאן שטעלט צו, און גאונישע חידושים וועלכע שטעלן אין שאטן די אנדערע קלוגע טעלעפאנען.

דער נייער טעלעפאן קומט מיט 70,000 'עפפס', א מוזיק- און פילם-געשעפט, רעדן דערקענען טעכנאלאגיע, דריי-ביי-דריי נעוויגאציע, און נאך און נאך. די עקראן איז נאך שארפער און אייפאונס 'רעטינא' אויסשטעל, און די פאדערשטע און הינטערשטע קאמעראס זענען ביידע אין הויך-דעפיניציע. דער טעלעפאן קומט מיט 16 ג"ב זכרון, און אן ארט פאר אן אויסברייטערונג זכרון-קארטל.

פאר אן אויספירלעכער איבערזיכט זעט דייוויד פאוג פון 'ניו יארק טיימס'.

בילד

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר