גוגל נייעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

הודעהדורך boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:15 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר קען מען זיי בעטן זיי זאלען דאס צושטעלן אין אזוינע צוריקגעשטעלטע געגנטער ווי צב"ש מאה שערים, ווילאמסבורג, בני ברק, און מאנראו. ווי דער פארשקלאפטער ציבור בעט זיך פשוט פאר אביסעל אינטערנעט עקסעס וואס די יו ען האט שוין אנערקענט אלץ א בעיסיק יומען רעכט.

דו ביזט גערעכט. אגב כ'האב שוין אמאל געטראכט א דאס וואלט געווען א אָריגינעלער איינפאל פאר די מאושר קאמפאני צו פאַרזאָרגן גאנץ וויליאמסבורג מיט פרייע ווייפיי, געפילטערד מיט זייער פראדוקט פארשטייט זיך, און דאס וועט זיי גיבן די ברענד-דערקענונג.

נא, מאושר אינקוויזאטארן, עטץ לייענטס דאך דא, נעם עס אן ממי שאמרו. די פרייע ווייפיי וועט שוין דינען אלס מיין קאמישאן.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:50 pm

ראשעקאל האט געשריבן:באקימען א מודעה אויף מיין טעלעפאן אז גוגעל האט מיך אויסגעקליבן צו טרייען א נייע סערוויס וואס קאמפרעסט אויטאמאטיש די וועבפעיזשעס וואס איך באזיך. דאס סעיווט אסאך סעליעלער דעיטא, און ס'דארף אויך צו זיין שנעלער

מאך זיכער אז ס'איז טאקע גוגל און נישט עפעס א סקעם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 26, 2013 9:57 am

גוגל גיבט יעצט ארויס א אפדעיט צו אנדרויד, ווערזשאן 4.3
עס גייט נישט האבן קיין גרויסע חידושים פאר רוב המון עם, אבער איינע פון די מעלות וואס גוגל זאגט - און קען בענעפיטירן אונז אידן, אז אידישע שפראך (רעכטס-צו-לינקס) וועט ארבעטן פיל בעסער ווי סיי ווען אין אנדרויד'ס היסטארי.

http://www.pcmag.com/slideshow/story/31 ... at-s-new/7
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג יולי 26, 2013 10:32 am

אויך האבן זיי ארויסגעגגעבן די נייע נעקסעס 7. לויט די ריוויא'ס איז עס א גאלדענע טעבלעט, מיט אסאך גוטע פיטשער'ס. עס איז דינער, גרינגער און א טראפ שמאלער פון די פריערדיגע נעקסעס 7, עס האט צובאקימען א בעק קעמרא, און עס האט א שיין ביסעל מער פיקסעלס אין די סקרין. אנטשאטס די אלטע'ס אכט שעה'איגע בעטערי האט די נייע נעקסעס א צעהן שעה'איגע
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך גדעון » פרייטאג יולי 26, 2013 11:06 am

סאיז געווארן שמעלער אבער אויך העכער, פון דעם רעדט קיינער נישט
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 26, 2013 11:19 am

ראשעקאל האט געשריבן:אויך האבן זיי ארויסגעגגעבן די נייע נעקסעס 7. לויט די ריוויא'ס איז עס א גאלדענע טעבלעט, מיט אסאך גוטע פיטשער'ס. עס איז דינער, גרינגער און א טראפ שמאלער פון די פריערדיגע נעקסעס 7, עס האט צובאקימען א בעק קעמרא, און עס האט א שיין ביסעל מער פיקסעלס אין די סקרין. אנטשאטס די אלטע'ס אכט שעה'איגע בעטערי האט די נייע נעקסעס א צעהן שעה'איגע

די נייע נעקסוס 7 גייט טאקע זיין די ערשטע צו נוצן דעם נייעם אנדרויד ווערזשאן 4.3. זיי וועלן אויך אפגרעידן די פריערדיגע נעקסוס צו דעם ווערזשאן, ווי אויך די לעצטערע טעלעפאנען, ווי צב"ש די גאלעקסי S4.

עס וועט נאך נעמען אפאר טעג - אויב נישט וואכן - ביז די נייע נעקסוס 7 טאבלעט וועט זיך געפינען אין די געשעפטן.

די פרייז גייט ארויף מיט 30 טאלער, פון 200 צו 230 פאר די ביליגסטע 16 ג"ב מאדעל, און $270 פאר די 32 ג"ב. שפעטער וועלן זיי אויך ערצייגן איינס פאר $350 וואס וועט האבן 4G אינטערנעט סערוויס, און עס וועט ווערן פארקויפט אנ-לאקד, אזוי אז מען וועט עס קענען נוצן סיי אויף ווערייזאנ'ס נעטווארק, און סיי עי.טי.& טי., און טי.מאובילס. עס וועט אויך האבן דאפעלט רעם (RAM), צוויי ג"ב ארויף פון איינס, פאר מער פלאץ פאר עפפס וכדומה.

איך קען נאך נישט אויסגעפינען צי מען וועט קענען צולייגן דערצו א מייקרא SD קארטל. ווארשיינליך נישט. (אז יא קען דאך יעדער קויפן די ביליגע ווערסיע און צולייגן א קארטל פאר פיל ביליגער).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך גדעון » פרייטאג יולי 26, 2013 11:24 am

וועט זיין אוועילעבל אנליין אין 4 טעג ארום, july 30'
און תיכף דערנאך אין געשעפטן ווי בעסט ביי

מ'וועט נישט קענען צילייגן א עס די קארטל

גוגל האט זיך דערשראקן פון די רבנים חרם אויף ענדרויד, אין די נייע אפדעיט וועט זיין מעגליך אנצושטעלן מאלטיפעל יוזערס וואס וועט ערמעגליכן ריסטריקשאנס פאר קינדער
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג יולי 26, 2013 11:37 am

מאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך גדעון » פרייטאג יולי 26, 2013 11:42 am

געפילטע פיש האט געשריבן:מאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.

יעצט קען מען רעסטריקטן און קאסטימייזן געוויסע יוזערס
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מוצ"ש יולי 27, 2013 11:18 pm

די ריוויא'ס זענען שטארק!!
ער טענה'ט אז עפעל האט יעצט א שווערע זשאב צו ביט'ן די נייע נעקסעס טעבלעט
http://news.cnet.com/8301-1035_3-575957 ... e-napping/
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2013 7:03 pm

7 סיבות פארוואס צו נעמען דעם נעקסוס 7

http://www.zdnet.com/seven-reasons-to-b ... &ttag=e550

איך האב א פראגע, רוב מאדעלן האבן דאך נישט קיין קאנסיסטענט קאנעקשאן נאר דורך ווייפיי, אלזא וויאזוי ארבעט גוגל מעפס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יולי 28, 2013 9:41 pm

איי מייט בי ראנג, אבער אין די WIFI טאבלעטן האט די מעפס עפפ א cache, און ווען דו גרייטסט אן א וועג אינדערהיים וועט עס דאונלאודן די גאנצע וועג צום דיווייס. און פאר צו וויסן וואו זי געפינט זיך האט זי אן עקסטערע GPS טשיפ.

----

דא זע איך אז דעי עפפ לייגט אריין וואס דו ווילסט אין די גוגל מעפס קעש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:07 am

סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)

אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,

ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?

כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:18 am

איך האלט אזוי
זיי ווייסען אז א פאון גייסטו סיי ווי קויפען ווייל דו דארפסט עס האבען
מה שאין כן א טעבלעט יא עס איז א גוטע טוי אבער זיי ווייסען אז מען גייט זיך נישט לאזען קאסטען אזוי זאך מוזען זיי עס מאכען פאר ביליגער
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:35 am

קענסט דאך ענטפערן פשוט'ער, די פאון ווערט אויסגעצאלט במשך די 2 יאר קאנטראקט צוביסלעך, ממילא שפירט מען נישט דעם פרייז, נאך $25 א חודש, נו ס'וועט מיטגיין,
משא"כ א טעבלעט צאלסטו אויף איינמאל דעם גאנצן פרייז, וועלן דאס מענטשן איבערטראכטן בעפאר מען קויפט, און אפשר טאקע זיך צוריקהאלטן, עס איז דאך נישט עפארדעבל.
אבער אויב דאס איז די תשובה, איז פשט אז די טעלעפאנען טוען אונז סתם באראבעווען, און זיי ווערן רייך אויף אונזער חשבון.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:41 am

קען אויך זיין אז עס איז א דיעל מיט די סעלליור קאמפניס אז עס זאל זיין טייער אזוי מוז מען מאכען א קאנטראקט מיט זיי געבען זיי דיך עס פאר ביליגער און עס קומט אויך אויס אז מען צאלט $200 פאר די פאון און די איבריגע שרייבסטו צאלט זיך אפ מיט די פלען יעדע חודש אביסעל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך חד גדיא » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:48 am

איך פארשטיי אויך נישט פשט. אבער גוגעל פארקויפט דאך שוין די נעקסוס פאון פאר $300.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:07 pm

www.vosizneias.com/137624/2013/08/01/san-francisco-ca-google-funded-sea-research-vessel-sets-sail/
וואס האט די ריסירטש מיט גוגל ביזנעס? פארוואס אינטערסיערט דאס זיי?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:37 pm

גוגל האט היינט געמאלדן איבער איר נייעם סמארטפאן, Moto X. דער טעלעפאן ווערט פאבריצירט דורך מאטאראלא, די טעלעפאן פירמע וואס גוגל האט אפגעקויפט א צייט צוריק. דער מאטא-עקס וועט קענען גענצליך קאנטראלירט ווערן דורך דעם קול, און דורך באוועגונגען. עס וועט אפילו זיין אן אפציע צו פראגראמירן דעם טעלעפאן אז עס זאל נאר דערקענען די שטימע פון דעם אייגנטומער. קליענטן וועלן קענען אליין צוזאמענשטעלן דעם אויסזען פון דעם טעלעפאן, דורך אויסוועלן קאלירן און מאטעריאלן, און דער טעלעפאן וועט פראדוצירט ווערן לויט דעם קליענט'ס פארלאנג ביז פיר טעג.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2432
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9536 מאל

הודעהדורך boxcover » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:45 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)

אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,

ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?

כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???

בכלל וועלן אנדרואיד כלים אלץ זיין בילי גער ווייל עס איז א אפענע אפארעיטונג סיסטעם.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:48 pm

גוגל איז מודה אז די נייע נעקסוס 7 טעבלעט האט פראבלעמען מיט GPS און מיט מאלטי-טאטש.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך חד גדיא » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:34 pm

גוגל האט היינט אנגעהויבן מצרף זיין די טרעפיק באריכטן פון וועיז צו גוגל מעפס.
http://www.usatoday.com/story/tech/pers ... c/2676115/
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך petergrifin » זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:04 pm

מען קען יעצט אויס רעכענן װיפיל אלע משתתפים דארפן צאלן װען מ׳גײט ארויס עסן און אויכעט װיפיל די טיפ קומט אויס (פראצענט)
אונז װערן אזוי מין פויל צו טראכטען אלײנס באט העי נאו קאמפלעינטס

http://lifehacker.com/google-search-now ... 1444099253
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:36 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)

אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,

ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?

כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???


לעצטנס האב איך געליינט אן ארטיקל אין PC World ווי זיי שמועסן אויס געוויסע פראדוקטן (ובתוכם מיין שאלה, טעלעפאנען) וועלכע קאסט ווייניג פארן מאנופעקטשורער צו פראדוצירן, אבער פארלאנגען דערויף פון די קאנסומער טבין ותקילין, און די קאמפאניס מאכן גרויס געלט אויף דעם...

לתועלת הציבור ברענג איך דא נאך דעם ארטיקל, ווער עס איז אינטרעסירט און האט געדולד, קען עס ליינען.
בייגעלייגטע פיילס
01.jpg
01.jpg (89.45 KiB) געזען געווארן 2074 מאל
02.jpg
02.jpg (118.56 KiB) געזען געווארן 2074 מאל
03.jpg
03.jpg (118.11 KiB) געזען געווארן 2074 מאל
04.jpg
04.jpg (116.33 KiB) געזען געווארן 2074 מאל
05.jpg
05.jpg (111.4 KiB) געזען געווארן 2074 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:47 am

מען פארקריכט אביסל פונעם קעפל האשכול, אבער איך זעה נישט וואו איך קען ממשיך זיין דעם שמועס.

עס איז מיר א פלא - און איך זעה נישט אז קיינער זאל פארפירן דערוועגן - אז די קאמפאניס האלטן אונז אין איין אפריפן (RIP). איין זאך וואס איך טראכט לעצטנס, איך מאך א 2 יאר קאנטראקט ביי א קאמפאני, און לכבוד דעם געבן זיי מיר א ביליגערן טעלעפאן, ווייל מיט די פעפערדיגן פרייז וואס זיי טשארדזשן מיר ווערט די טעלעפאן סובסידייזט. יעצט וואס טוט זיך ווען עס ענדיגן זיך די 2 יאר, און איך האלט נישט ביים אפגרעידן מיין פאון פאר סיי-וועלכע סיבה? לאמיר זאגן איך וויל צואווארטן צו א נייערע פאון וואס קומט ארויס אין א האלב יאר ארום? גייט די חודש'ליכע פרייז אראפגיין? אודאי נישט! קאנטראקט בלייבט קאנטראקט! איז דאס נישט ריכטיג גניבה? קען מען זיי נישט סוען פאר דעם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט