בלאט 1 פון 1

גוגל נייעס

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:15 pm
דורך יידל
גוגל האט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן ארויפצולייגן גרויסע חלקים פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס. ביז היינט איז נאר געווען אנגעצייכענט אויף גוגל מעפס וואו די הויפשטאט פיאניאנג איז. דעם דינסטאג האט גוגל ארויסגעגעבן א דעטאלירטע מעפ, וועלכע אינהאלט כמעט אלעס פון סובוועי סטעטישאנס צו די ריזיגע תפיסות-שטעט וועלכע ענטהאלטן 10,000 מענטשן יעדע איינע. דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר גוגל וויבאלד צפון קארעא איז א קאמוניסטישע שטאט וועלכע איז זייער סודותפול און איזיאלירט.

בעפאר און דערנאך בילדער פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס:
בילד

בילד

צפון קארעא איז געווען די לעצטע לאנד צו ווערן מאפירט אויף גוגל מעפס. גוגל האט אין א בלאג פאוסט מודה געווען אז די אינפארמאציע איז נישט פערפעקט און געבעטן ווער אימער ס'האט אינפארמאציע זאל דאס סובמיטירן צו גוגל אזוי אז זיי זאלן קענען אויסארבעטן די מאפע די בעסטע ס'שייך.

דריי אינטערעסאנטע פלעצער צו באזוכן ווירטואל אין צפון קארעא (אויף גוגל מעפס) זענען ווי פאלגנד:

די גולאג איז א שטאט וועלכע איז איין ריזיגע תפיסה, אין די גרויס פון 212 סקווער מייל. לויט באריכטן זענען דא 10,000 מענטשן אין דעם תפיסה, און די צפון קארעא'ער לעגענדע לויטעט אז קיין איינער האט נאך קיינמאל נישט מצליח געווען צו אנטלויפן פון דעם גולאג.


דער פארשטארבענער פרעזידענט קים אונג איל און זיין פאטער קים איל סונג זענען באגראבן געווארן אין א פרעכטיגע פאלאץ, וועלכע זיי רופן קומסוסאן אנדענק פאלאץ.


לויט באריכטן זענען 30,000 מענטשן אויף דעם ארט אויסגעגאנגען פון הונגער אום 2012.



וואשינגטאן פאוסט באריכט
באריכט אין "די וואך" מיט לינקס