מייקראסאפט אפיס 2013

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

מייקראסאפט אפיס 2013

שליחה דורך לעיקוואד »

נעכטן האב איך אפדעיטעד מיין אפיס פון 2010 צו 2013, נישט אז איך ווייס פארוואס, חוץ פון א נייע סארט גרעפיקס איז נישטא כמעט קיין שום ערנסטע נפקא מינה פאר מיר צווישן די און די, אבער א התחדשות איז שטענדיג גוט..

איך האב זיך אבער אנגעשטויסען אין עטליכע שאלות/פראבלעמן, אפשר קען דא איינער העלפן.

1) איינס, ווען איך עפן אויף עטליכע פון מיינע דאקומענטן וואס איך האב געמאכט מיט פריערדיגע ווערשינס פון וורד אין דער נייע וורד 2013, איז דא פארשידענע ווערטער וואס ער וייזט מיר נישט נארמאל נאר מיט אזעלכע באקסעס. איך פארשטיי אז דאס איז עפעס א פראבלעם מיט די פאנט וואס ער פארשטייט נישט, און אויב איך טויש די פאנט אויף די באקסעס גייט עס צוריק צו וייזען ווערטער, אבער געוויסע פאנטס וייזט ער עפעס נישט נארמאל. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

2) נאך א זאך, איינער פון די עיקר חידושים וואס וואלט מיר יא שטארק געהאלפען אין דער נייער וורד, איז דער מעגליכקייט צו עפענען פי די עף דאקומענטן. ענגלישע דאקומענטן מאכט ער טאקע זייער שיין אויף, אבער דאקומענטן אויף לשוה"ק ליינט ער געווענטליך פון לינקס אויף רעכטס, און איך וייס נישט קיין וועג וויאזוי עס צוריקצודרייען. אפאר דאקומענטן פארשטייט ער עפעס יא צו ליינען גלייך. וייס איינער אפשר פארוואס דאס איז און וואס מקען טוהן דערפאר.

3)אין outlook, איז דא פארשידענע יידישע אותיות וואס מאיזה טעם פארשטיט ער נישט, למשל אז איך באקום אן אימעיל פון קאווע שטיבל שרייבט זיך עס אויף אזוי :׳§׳׳•׳•׳¢ ׳©׳˜׳™׳‘׳œ , רוב פארשטייט ער יא, נאר אפאר נישט, וואס דארף מען טוהן?
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר