נייע באנוצער - ענדרויד געלעקסי הילף

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

נייע באנוצער - ענדרויד געלעקסי הילף

שליחה דורך ידען »

כאב שוין געשריבען אז כאב באקומען מיין נייע סעלפאן די געלעקסי 3 און איך שפיל מיך די לעצטע טעג מיט עס און היינט האבעך עס activated און סע דא א סאך זאכען וואס איך ווער געוואר יעדע מינוט און א סאך זאכן וואס איך קען ביישטיין אז איך זאל וויסן וועגען די באהאלטענע זאכען וואס די סעלפאן האט.

די ערשטע זאך האבען זיי געבעטען אז איך מיז מיך אריינסיינען מיט מיין אימעל און כאב געלייגט מיין געהעריגע אבער איך וויל אויך סע זאל זיין דארט מיין "ידען" אימעל. וויזוי מאך איך עס?

Whatsapp
האבעך שוין לאנג מער געניצט ווי bbm און אויף די געלעקסי איז עס סאך בעסער און שענער.

וואס נאך איז דא?

די סקרין איז הערלעך אבער איך קען נאכנישט טייפען געהעריג ווייל די keyboard איז טאטש און כאב כמעט געמאכט א עקסידענט ווייל איך מיז זעהן די סקרין און איך קעניש פילען די באטענס אזוי ווי ביי די בלעקבערי.

באלד וועלעך שרייבען אויף די געלעקסי די ערשטע מאל, און איך וועל זעהן אויב סע גרינג ווי ביי די קאמפיוטער. אויב סע איז וועלעך אפשר שרייבען סאך מער ווי ביז יעצט.

מע קען שרייבען וועגען די browser. וועלעכע איז בעסער אדער אפשר איז גוט וואס סע קומט מיט. און וועלעכע keyboard איז גוט. איך געדענק נישט ווי אבער ערגעץ האבעך געלייענט וועגען אנדערע keyboards.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר