״ריקאפטשא״ טעכנאלאגיע

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

״ריקאפטשא״ טעכנאלאגיע

שליחה דורך יאנקל »

עס זענען מסתמא א סך באקאנט מיט דער ״קאפטשא״ טעכנאלאגיע, וואס באשטייט פון עטליכע האלב-פארדרייטע ווערטער, און ווערט גענוצט צו פארזיכערן אז א וועבסייט האנדלט מיט א מענטש און נישט א קאמפיוטער, ווייל קאמפיוטערס קענען נישט ליינען די פארדרייטע בוכשטאבן, אבער מענטשן יא.
האבן זיך עטליכע חכמים א באטראכט געגעבן אזוי: מיליאנען מענטשן פילן אריין קאפטשא׳ס יעדן טאג, פארוואס זאל זייער ארבער גיין לטמיון? פארשידענע פירמעס, הויפטזעכליך גוגל, געבן זיך אפ מיט סקענען ביכער און זיי ארויפלייגן אויפן וועב אין א דידזשיטאלן פארמאט. די או-סי-אר טעכנאלאגיע וואס ווערט גענוצט איבערצומאכן די געסקענטע ווערטער אין טעקסט, קענען נישט אייביג ריכטיג אידענטיפיצירן די ווערטער. קען מען דאך, אויב אזוי, נוצן ווערטער וועלכע או-סי-אר האט נישט געקענט אידענטיפיצירן, און זיי נוצן פאר קאפטשאס! אזוי אז די מענטשן וועלכע פילן אויס די קאפטשאס וועלן ארויסהעלפן מיטן אידענטיפיצירן ווערטער אין ביכער. די דאזיגע טעכנאלאגיע ווערט גערופן ״ריקאפטשא״.
אויב נוצט מען ווערטער וועלכע קאמפיוטערס האבן נישט געקענט אידענטיפיצירן וויאזוי וועט דער קאמפיוטער וויסן צי דער מענטש האט ריכטיג אידענטיפיצירט? דאס איז די סיבה פארוואס ריקאפטשא נוצט צוויי ווערטער, איינס וואס דער קאמפיוטער קען אידענטיפיצירן און איינס וואס נישט. אויב ענטפערט דער מענטש ריכטיג דעם ווארט וואס דער קאמפיוטער קען, נעמט דער קאמפיוטער אן אז דאס צווייטע ווארט האט ער אויך געענטפערט ריכטיג.
דער גאנצער פראצעדור איז געשילדערט געווארן אין דעם וויסנשאפטליכן זשורנאל ״סייענס״, און ווערט היינט גענוצט דורך פילע וועבסייטס. אזוי, ווען איר פילט אויס ריקאפטשאס, קענט איר שפירן אז איר העלפט ארויס די וועלט מיט דעשיפרירן נאך א ווארט פון א בוך פארן ברייטן באנוץ.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר