Galaxy S4 VS Htc One

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

Galaxy S4 VS Htc One

שליחה דורך אבי גערעדט »

א טומל הערשט און די טעכנאלאגישע וועלט, די צוויי ריזן HTC און סעמסאנג קומען ביידע ארויס מיט נייע סופער ענדראוד פאונד, און ביידע שרייען אז זיי זענען די ריעל סטאף און מ'זאל זיי קויפן.

אויבן אויף די חילוק פון די 2 איז ווי פאלגנד:

גאלאקסי S4.
- 5 אינטש סופער עמעלאד סקרין
- 13 מעגא פיקסל קאמערא
- רעמאוועבל באטארי אין SD קארד קעפעביליטי (א זאך וואס סטאפט זיך צוביסלאך ביי סמארט פאונס)
- דינער און לייכטער ווי זיין פארגייער דער עס4
- און נאך צענדליגער סעמסאנג פיטשערס און פיטשעווקעס ווי למשל,
- דער בילד כאפער קען זיך אויך אריינלייגן אין בילד וואס ער כאפט, דורך דעם פראנט פעיסינג קאמערא,
- ווי אויך וועט מען נישט דארפן מער טאטשן דעם סקרין, נאר א סענסאר וועט אויפכאפן וואס די ווילסט דריקן, (ארבעט נאר ביי סעמסאנגס עפפס)
- סמארט סקראול, דער סקרין וועט נאכפאלגן דיין אויגן אין וועט אליינס אראפ פארן דעם פעידש
- סמארט פאאז, ווען די וואטשט א ווידיאו און די קוקסט אוועק אינמיטן, וועט זיך דער ווידיאו אטאמאטיש אפשטעלן, ווען די קוקסט ווידער אויפן סקרין צינדט ער זיך אטאמאטיש צוריק אן.
און נאך און נאך פיטשעווקעס.

דער S4 איז שוין עוועילעבל ביי ספרינט און at&t און וועט זיין בקרוב ביי ווערייזאן.

דער HTC ONE.

- שיינער אייזערנער געבוי (VS דער ביליגער פלאסטישער S4)
- 4.7 אינטש גאר קלארער סקרין (א ביסל מער פיקסלס פער אינטש ווי זיין קאנקורענץ)
- 4 אלטרע פיקסל קאמערא (נישטא מער קיין מעגא פיקסלס)
- מ'קען נישט טוישן באטערי אדער צולייגן SD קארד (חסרון)
און נאך זאכן וואס איך געדענק שוין נישט.

עוועילעבל ביי אלע קעריערס חוץ פון ווערייזאן

אקיצור, ס'טוט זיך הימל און ערד ביי די טעק ליבהאבער, וועלכע דעווייס עס לוינט ענדערש, און עס הערשט א נייגער ווער עס וועט געווינען.

האט עטס עפעס אריינצורעדן? לאמיר הערן.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר