איך האב פיינט GMAIL

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

איך האב פיינט GMAIL

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב פיינט GMAIL, פראסט און פשוט.

איי, פארוואס נוצטו עס? א גוטע קשיא. ווייל יעדער. די אלטע חסיד'ישע קרענק, "יעדער". ואי תימא, ווייל איך וויל גוגל טאלק, און איך קען נישט אן א אימעיל אדרעס.

קומענדיג פון אוטלאק, אוטלאק עקספרעס, טאנדערבוירד, און יאהו אנליין, און MSN, און אנדערע אימעיל פראגראמען/סייטס, וואו די סאבשעקטס און די מעסעדזש זענען פאנאנדערגעטיילט (אויבן און אונטן, אדער רעכטס און לינקס) איז דער אויסשטעל פון ג'ימעיל עקלדיג און נאריש. קודם כל, אלע העדערס פון די מעסעדזשעס פון אויבן ביז אראפ, נישט צעטיילט. כ'ווייס ס'איז פאראן 2 בדיעבד'דיגע אויסוועגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך.

אבער דאס ערגסטע איז נאך מיט זייער מאביל עפפ. ערשטנס, א זאך וואס באדערט שוין מענטשן זינט זייער ערשטן ריליעס, איז אז מען קען נישט אוועקנעמען דעם conversation view. אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער קען מען טוישן דעם סעטינג, אבער אויפן סעלפאן איז עס נישט בנמצא. און אויסער דעם, מיט יעדע אפדעיט ווערט איין זאך בעסער אבער 2 זאכן ערגער. מגלה טפח ומכסה טפחיים. זיי מאכן קאמפליצירט און טוישן די אייקאנס פון די פשוט'ע פונקציעס, ווי צב"ש אויסמעקן א מעסעדזש, אדער אפילו רעפלייען אדער פארווערדן. אטעטשן קען מען נאר בילדער אדער קליפס, נישט קיין אנדערע סארט פיילס, א מין משוגעת! אויך איז עס גאנץ שטייט. און כ'ביניש דער איינציגסטער וואס באקלאגט זיך דערויף; איך זעה די זעלבע אין אסאך רעוויואס.

לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות. עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.

א אנדערע מעלה דערפון אויפן קאמפיוטער איז פאראן, אז ער ווייזט דיר אלע בילדער, אפילו מיט א פילטער. ד"ה, למשל, איך האב אין די ארבעט א ווייט-ליסט, און יעדע אימעיל פון א קאמפאני וואס איז נישט אפן אויף מיין ליסט, וועט א אימעיל פון זייערע עדס נישט ווייזן קיין בילדער, נאר א גרויסן ליידיגן באקס מיט א רויטע X אויבן. דאס איז ביי אנדערע אימעיל קלייענטס, ווי יאהו און גימעיל. אבער אוטלוק וועט עס יא צייגן. פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט קליקן דערויף וועט זיך עס נישט אויפמאכן וויל די סייט איז געבלאקט, אבער די אימעיל ערשיינט במלוא הודה והדרה.

עכ"פ, איך נוץ אוטלאק אסאך, און טוה עס הייס רעקאמענדירן. פאר די וועלכע מוזן נוצן ג'ימעיל אויפן סעלפאן, איז רעקאמענדירט צו דאונלאודן א דריטע-פארטיי אימעיל עפפ, ווי סעמסאנג האט זייער אייגענע אין זייערע פאונס, אבער מען קען דאונלאודן א דאזן אנדערע, אויב נישט מער, איטליכע מיט זייערע מעלות און חסרונות. אויפן קאמפיוטער האב איך אנגעשטעלט אז אלע מעסעדזשעס פון ג'ימעיל קומט אויך אריין אין אוטלאק, און איך קען עס דארטן זעהן, הגם עס נעמט צייט ביז עס קומט אריין, נישט תיכף ומיד ווען איך ערהאלט דעם מעסעדזש אין ג'ימעיל.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 95 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר