חדש: קאווע שטיבל עפפ פאר ענדראוד (נישט א לינק)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

חדש: קאווע שטיבל עפפ פאר ענדראוד (נישט א לינק)

שליחה דורך קורץ און שארף »

אזוי מען האט שוין דערמאנט כמה וכמה פעמים, איז פארהאן א גרויסע צורך פאר אן אייגענעם עפפ אויף ענדרויד פאר קאווע שטיבל. ספעציעל פאר די אידן וואס האבן פארשפארט זייער בראוזער אויפן פאון.

האב איך מיך ארויסגעלאזט אויף די וואסערן פון גוגל פלעי. אויסצוגעפינען א וועג וויאזוי מען קען עס מאכן ארבעטן. [טראכטענדיג אז צווישן די מיליאן עפפ'ס וואס איז דא אין גוגל פלעי (יא, עס האלט שוין איבער מיליאן!) וועל איך זיכער עפעס טרעפן]

יגעת ומצאת תאמין.

אין גוגל פלעי איז דא א עפפ ספעציעל געמאכט צו קענען ליינען דערויף פארומ'ס, צווישן זיי די PHPBB פארום'ס וואס קאווע שטיבל איז געבויעט אויף זייער סיסטעם.
די עפפ הייסט
Forum Pocket
https://play.google.com/store/apps/deta ... d.fp&hl=en

נאכדעם וואס מען דאונלאוד די עפפ דרוקט מען אויף די קנעפל forums
און דאן קומט מען אן צו א ליידיגע בלאט מיט א + קנעפל אינטן. ווען מען דרוקט דער קנעפל, לייגט מען אריין די פאלגענדע:
www.kaveshtiebel.com/index.php

און דאן קען מען ליינען אויף די עפפ גאנץ קאווע שטיבל!

נ.ב. די עפפ ארבעט נישט צו באקומען 'אקטיווע אשכולות', נאר מען קומט אן צום היים בלאט פון קאווע שטיבל, און פון דארט קען מען אלעס עפענען.

נ.ב. כמובן די עפפ ארבעט אויך פאר אייוועלט, ומצוה לפרסם

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר