דורך שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:04 pm
די חילוק צווישען וועב דיזיין און וועב דיוועלאפמענט האט נישט קיין שייכות מיט די חילוק צווישען פראנט-ענד און בעק ענד, הגם מען קען זאגען אז פאר א בעק ענד דארף מען נישט קיין ווער-ווייסט וואספארא דיזיין.
וועב דיזיין איז פשוט די דיזיין. פאר דעם וועסטו דארפען פארשטיין גרעפיקס דיזיין. אבער צו זיין עכט גוט, דארפסטו קענען HTML, JavaScript און CSS. היינטיגע צייטן בויט מען די דיזיין מיט אן איינציגסטע בלאט, גערופען א מעסטער-בלאט (אדער הויט-בלאט אין אלט-מאדיש).
וועב דעוועלאפמענט איז א גאר-אנדערע מעסעכטע. פאר די פשוט׳סטע ארבייט פארלאנגט זיך קענטעניס אין די אויבן-דערמאנטע שפראכן, אבער סקריפטונג און פראגראמונג איז געווענדליך אויך ערווארטעט, ווי אויך דאטעבעיס אינדזשענירונג און דיזיין.
בקיצור: א וועב דיזיינער בויט א בלאט, בעת א וועב דיוועלאפער בויט א סייט.
סקריפטונג מיינט דזשאווא-סקריפט, ווי.בי. סקריפט, קלאסישע עי. עס. פי., פי. עידזש. פי., א.ד.ג.
פראגראמונג באדייט דזשאווא, די משפחת דאט-נעט, ווי.בי.עי, פערל, א.ד.ג.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)