בלאט 1 פון 1

לערנען וועב דעזיין פראגע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:47 pm
דורך מכל מלמדי
שלום עליכם טייערע חברים, פין קאווע שטיבעל הי"ו , איך בין א יונגערמאן פריש ארויס פין כולל אין איך זיך צוה לערנען א פאך {ב"ה איך האב גענוג צייט אין איך בין נישט געדריקט},
די אייבישטער האט געפירט אז בין אנגעקומען צוה וועב דיזיין אין כהאב זיך גילערנט HTML מיט CSS, האלבוועגס אויפדערווייל, איך שפיר א שטיקל געשמאק אין דעם אין סגייט פיין ב"ה אין איך בין גרייט צוה גיין ווייטער
האב איך יעצט 2 פראגעס אין איך האפ די עולם וואס פארשטייט וועט מיך ארויסהעלפן אין מיטטיילען זייער נאלעדש
1- וואס פעלט זיך אויס צוה קענען זיין א וועב דיזיינער? {צוה קענען טרעפען א דשאב אדער קריעיטען אליינס א סייט } איך פארשטיי HTML מיט CSS אבער ווי גיט דארפ מען עס קענען איז געניג אז מפארשטייט בערך ? אין וואס נאך, JAVA SCRIPT? איך בין גרייט אלעס צוה לערנען אבער וואס איז די פראסעס?

2- וועל איך קענען טרעפען א דשאב איינמאל איך וועל קענען די פאך? איז דא א דימענד פאר אזאליכע ארביטארערס? אין בכלל, צאלט מען שיין פאר דעם ?

3- אין אויב איך מעג צולייגען א דרעטע פראגע, דארפ מען קענען גרעפיקס אדער דאס האט נישט קיין שייכות ?{איך פארשטיי אביסעל דארפ מען קענען פאר COLOR מיט FONTS, אבער PHOTOSHOP מיט די אנדערע זאכען פעלט עפעס אויס?}
א גרויסע יישר כח פאר די וואס גייען נעמען די מיה מיך ארויסצוהעלפן !!!!