פראגעס איבער דאמעין נעימס - Domain Names

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

פראגעס איבער דאמעין נעימס - Domain Names

שליחה דורך אנאליזירער »

ס'וואלט מיר אינטערעסאנט געווען צו וויסן ווי אזוי דער ביזנעס פון דאמעין נעמען ארבעט. ווי באקאנט זענען שוין היינט דא הונדערטער מיליאנען וועבסייטס, און ווען איינער וויל עפענען א וועבסייט איז אסאך מאל זייער שווער צו טרעפן א פאסיגן דאמעין נאמען פאר זיין קאמפעני. לויט וויפיל איך האב געסוירטשט קוקט אויס אז דאמעינס פון יעדע ווארט אין די דיקשענערי באלאנגט שוין פאר איינעם. נישט אז די אלע נעמען האבן שוין א וועבסייט אויף זיך, נאר אסאך זענען "געפארקט", דאס הייסט די דאמעין נאמען איז שוין פארכאפט, אבער עס זיצט ליידיג אן עפעס האבן אויף דעם. עס איז דא א גרויסע ביזנעס פון קויפן דאמעין נעמען, מיט'ן חשבון אז מ'וועט עס קענען נאכדעם פארקויפן פאר גרויס געלט פאר א מענטש וואס וויל עס האבן.
עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן .com דאמעין נעמען און אנדערע, ווי .net וכדומה. דאט-קאם איז די חשוב'סטע, און פון דעם איז ממש נישט דא צו באקומען נארמאלע דאמעין נעמען. פון די אנדערע איז דא פיל מער.
מיין שאלה איז, אויב זע איך א דאמעין וואס איז גאנץ גוט (דאס הייסט ס'האט נארמאלע ווערטער וואס זאגן קלאר וואס עס איז), און עס איז אוועילעבל צו קויפן פאר צען דאלאר - זאל איך עס קויפן? למשל, computermemorychips.com. איז עס א נאמען וואס ס'לוינט זיך צו קויפן?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר