יאהו אימעיל אלערט

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

יאהו אימעיל אלערט

שליחה דורך אנאליזירער »

איך האב עטליכע וואכן צוריק מיך געעפענט א שפאגל נייעם אימעיל אקאונט ביי יאהו. די וואך האב איך באקומען אן אימעיל אין מיין נייעם יאהו אקאונט אז אזוי ווי איך האב שוין גאר לאנג נישט אריינגעטרעטן אין מיין איבעי אקאונט, וועט עס ווערן פארמעקט אין דרייסיג טעג.

עס שטעלט זיך ארויס אז מיין אימעיל אדרעס איז אמאל גענוצט געווארן דורך איינעם פון טעקסאס, און יענער האט געהאט אן איבעי אקאונט מיט דעם אדרעס.

מיט עטליכע חדשים צוריק האט יאהו געמאלדן אז אימעיל אדרעסן וואס זענען נישט גענוצט געווארן פאר א לאנגע צייט וועלן פארמעקט ווערן, און צוריק ווערן אוועילעבל פאר אנדערע מענטשן. עס שיינט אז דער יעניגער פון טעקסאס איז א קרבן פון די פאליסי, און זיין יאהו אימעיל אדרעס איז פארמעקט געווארן, און פונקט האב איך עס רעגיסטרירט פאר מיר.

וויבאלד איז בין היינט דער בעלים אויף דעם אדרעס האב איך נישט געהאט קיין שום פראבלעם אריינצוסיינען אין יענעמ'ס איבעי אקאונט, ווייל בלויז דורך אריינלייגן דעם אימעיל אדרעס קען מען פארלאנגען הן דעם יוזער נעים און הן א לינק צו טוישן דעם פעסווארד. אזוי קומט אויס אז איך האב יעצט צוטריט צו יענעמ'ס איבעי אקאונט וואס פארמאגט יענעמ'ס באנק אקאונט.

פארשטייט זיך אז איך גיי גארנישט טאן מיט יענעמ'ס אקאונט, אבער וואס איך וויל דא מעלדן פאר דעם עולם אז דער פארשוין פון טעקסאס וואלט פונקט אזוי געקענט אריינפאלן מיט א שווינדלער וואס וואלט אים פיין געקענט בא'גנב'ענען דורך ירש'ענען זיין אימעיל אדרעס און האבן צוטריט צו זיינע אקאונטס אין אזעלכע וועבסייטס ווי איבעי. איז ווער עס האט א יאהו אקאונט זאל אבאכט געבן אז מ'זאל עס האלטן אקטיוו, כדי עס זאל נישט אריינפאלן צו א צווייטן אין די הענט.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר