דרייווערלאזע קארס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

דרייווערלאזע קארס

שליחה דורך ראשעקאל »

יעדער ווייסט אז גאגעל ארבייט אויף קארס וואס פארן אליינס, און אזוי אויך זענען דא אנדערע קאמפעני'ס וואס ארבייטן אויף דעם. לויט די ריפארטס האלטען שוין די קארס זייער ווייט, און מ'האט עס שוין געטעסט פאר הונדרעטער טויזענטער מייל אהן קיין מיכשול.

יעצט ווי אזוי ארבייט אזא קאר? איך קען נישט קיין טעכנילאגיע , אבער אויף וויפיל איך האב געליינט ארבייט עס אז עס האט אסאך קעמרעס וואס זעהט אלעס וואס טוהט זיך און שאצן אפ וואס צו טוהן נעקסט. ווען עס וועלן זיין אסאך אזעלעכע קארס אויף די ראוד'ס וועט איין קאר קענען שמועסן מיט די אנדערע קאר און זיכער מאכן אז די טרעפיק פארט כשורה. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ וועט טרעפיק פראבלעמען זיין א פארגאנגענהייט, ווייל קארס וועלן קענען פארן שנעל נאנט איינס צום צווייטען, און נישט מאכן קיין עקסידענטס. די קארס וועלן אויך זיין געניג קליג נישט צו טוהן די טרעפיק "ביהעיוויער" וואס ברענגט טרעפיק.

דא קימט אריין וואס איך טראכט אזוי צו מיר אבער איך האב נישט געזעהן אז מ'זאל רעדן דערפון. וואס געשעהט ווען אלע קארס אויף די ראוד קענען שוין שמועסן איינס מיטן צווייטע. און א עמערזשענסי וויהיקעל וויל דורעכפארן. פארשטייט זיך אז די קאמפיאטער'ס אין אלע קארס וועלן גלייך באקימען א מעסעזש אז א עמערזשענסי ווי אדורך וויל דורכפארן און אלע קארס וועלן אטאמאטיש מאכן פלאץ פאר די הצלה. די הצלה טראק וועט זיך נישט דארפען מושטענען ביז יעדער ריקט זיך , נאר אלע ריקענישן וועלן ארבייטן אטאמאטיש אפילו נאך פאר ער קימט אהן. שוין אפאר מינוט פריער וועלן שוין אלע קארס וויסן אז א הצלה קימט, און די גאנצע טרעפיק וועט שוין קאנטראלט ווערן מיט דעם חשבון.

דאס מיינט אויך אז ס'דארף זיין זייער גרינג פאר די גאווערמענט צו שיקן א מעסעזש פאר אלע קארס נישט צו ניצן א געוויסע ראוד. אויב וויל מען אפשפארן א ראוד, וועלן אלע קארס אין א רגע אטאמאטיש וויסן אז מ'קען מער נישט ניצען יענע ראוד.

בקיצור המעשה, קארס וועלן זיך טוישען פון איינצעלנע עקסטערע זאכן, צו א גרויסע סיסטעם אזוי ווי די טרעין סיסטעם, וואס מיט א קוועטש מיט א קנעפעל קען מען קאנטראלירען.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר