9 טעכנעלאגיעס וועלכע גייען מער נישט עקזעסטירן אין 10 יאר

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

9 טעכנעלאגיעס וועלכע גייען מער נישט עקזעסטירן אין 10 יאר

שליחה דורך יידל »

  • ווייערד היים אינטערנעט
בראודבענד אינטערנעט וועט ביז א צען-צוועלף יאר אויסראטן קעיבל אינטערנעט. אפילו היינט צו טאגס איז די 4G LTE שנעלער אין אפלאוד ספידס און גלייך אויף גלייך אין דאונלאוד ספידס ווי קעיבל אינטערנעט. די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן ניצן נאך קעיבל אינטערנעט איז ווייל די פרייז פאר ווייערלעס איז פיל מער ווי פאר קעיבל. אבער נאך א שטיק צייט גייען די אינטערנעט פראוויידערס זיך כאפן אז עס איז פיל ביליגער פאר זיי אויפצוהאלטן די היים אנטענעס ווי צו אויפהאלטן די ווייערס און נעטווארק פון פייבער-אפטיק קעבלס אויף יעדע גאס. ווען דאס גייט פאסירן, גייט די פרייז פון ווייערלעס אינטערנעט שטארק פאלען, און קעיבל אינטערנעטווערט ארויף גיין אין פרייז.


  • לענד-ליין טעלעפאנען
אין 2010 האט די צענטער פאר דיזיעס קאנטראל און פרעווענשאן רעפארטעד אז 26 פראצענט פון אמעריקע פארמאגן בלויז ווייערלעס (מאביל) טעלעפאנען. לויט סטאטיסטישע שאצונגען וועט אין יאר 2017 מער נישט זיין מענטשן וועלכע וועלן פארמאגן לענדליין טעלעפאן ליניעס אחוץ אפאר אלטע באבעס און מענטשן וועלכע ליידן אויף נאסטאלגיע. ביזנעסער וועלכע וועלן זיך באפרייען פון דעם שווערן לאסט פון צושטעלן דעסק טעלעפאנען פאר יעדע ארבעטער און וועלן אנשטאט געבן סעלפאונס אדער זיך באנוצען מיט וואיפ (VOiP - שטימע איבער די אינטערנעט).


  • קאמערעס און קעמקארדערס
מאשינען וועלכע זענען מיוחד צו כאפן בילדער און ווידעאס זענען אויפן וועג צו ווערן פארניכטעט. פארגעשריטענע קאמערעס וועלכע קומען מיט אלע סמארטפאונס, וועלן גענצליך איבערנומען די אמאטורישע מארקעט. אנדערש ווי א קאמערא וועלכער מען נעמט נאר מיט ווען מ'פלאנט פון פאראויס צו כאפן בילדער, דינען סמארטאונס אלס א גרינגער און באקוועמער ערזאץ צו כאפן בילדער אומפאראויסגעפלאנט. מיט כל מיני עפפס וועלכע קענען אויסארבעטען בילדער וויאזוי מ'וויל, און דאס זיין באהאפטען צו די אינטערנעט מיט וועלכע מען קען סטארעדזשען דעם בילד אינעם "קלאוד" אן דארפן טוישן "עס די" קארטל, וועט גורם זיין אז ביז אפאר יאר וועט א נישט-פראפעסיאנאלער קאמערע (אונטער 700 דאללער) מער נישט זיין צו באקומען.


  • די קאמפיוטער מויזל
די קאמפיוטער מויזל ווערט איבערגענומען דורך די פארגעשריטענע טאטש טעכנעלאגיע. יעצט מיט די נייע מאשען קאנטראל טעכנאלאגיע (אויך גערופן "אויגמענטעד ריאליטעט" דוכט זיך), וועט די מויזל ווערן גענצליך איבעריג. וואס דארפן מער ווי אנווייזן אז די נייע ווינדאוס - ווינדאוס אכט איז בעיקר אויסגעשטעלט פאר טאטש און די אפציעס פאר א מויזל איז נאר בדיעבד.


  • רימאוט קאנטראלס
פונקט ווי דער מויזל און די קאמערע, וועט רימאוט קאנטראלס אויך איבערגענומען ווערן דורך מאשען קאנטראל טעכנעלאגיע און סמארטפאון עפפס.


  • קאמפיוטערס (PC)
פערסאנעל קאמפיוטערס ווערן איבערגענומען אינגרויסן דורך טאבלעט קאמפיוטערס. יא, עס רעגט מיך אויך אויף, אבער דאס איז די מציאות. און אויב עפעס פאזעטיוו געשעט נישט מיט דעם פּיסי אינעם נאענטן צוקונפט, וועט ער שטארבן אין געציילטע יאר, מאכענדיג פלאץ פארן טאבלעט. (וואס דארף מען מער ווי דעם אז די מערסטע פאפולערע אפארעיטינג סיסטעים, ווינדאוס, האט דיזיינט איר נייע ווערסיע בעיקר פאר טאבלעטס?)


  • פאקס מאשינען
די איינציגסטע סיבה פארוואס די פאקס מאשין לעבט נאך איז ווייל עס זענען דא פירמעס און בענק וועלכע פארלאנגען דוקא האנט-געשריבענע אונטערשריפטן. דאס גייט אבער זיך טוישן בקרוב צוליב דריי סיבות. איינס, טאטש טאבלעטן געבן שוין די מעגליכקייט אונטערצושרייבן מיט די האנט אויף א דיגיטאלען פארמאט. צוויי, מאשען קאנטראל טעכנעלאגיע. דריי, עלעקטראנישע אונטעשריפטן.


  • דיסקס
דיסקס שטארבן א שטייטען שטילן טויט צוליב די שטארקע אינפלוענס פון מוזיק ריזן ווי אייטונס און אמאזאן עם פי טרי. און אפאר יאר וועט ובלכתך בדרך מער נישט פארקויפן קיין סידיס, נאר עם פי טרי פיילס. וויאזוי זיי וועלן עס טון? אפשר אנליין, אדער אפשר מיט אזא דאונלאוד סטעשאן אזוי ווי קול הלשון טוט. די נקודה איז אז דיסקס וועט זיך זיי נישט לוינען ווייל קיין סידי פלעיערס וועט מער נישט זיין, און קאמפיוטערס גייען אויפהערען צולייגן דעם דיווידי/סידי טרעי. די סיבה פארוואס עס ווערט נאך צוגעלייגט צו קאמפיוטערס איז פשוט ווייל ביז היינט זענען נאך אלע מואוויס ארויסגעקומען אין דיווידי פארמאט און מענטשן פארמאגן א פארמעגן מיט דיווידיס וועלכע וועלן ווערן אומנוצבאר אויב די קאמפיוטער קען עס נישט נעמען.


  • פאון נאמבערס
וועט ווערן איבערגענומען דורך יוזער נעימס. מיט די פארשריט פון סקייפ, גוגל וואויס, פעיסבוק ווידעא טשעט וכדו', גייען מענטשן מער נוצן זייער יוזערנעים אדער אימעיל אדרעס ווי זייער פאון נומער. צוביסלעך וועט VOiP גענצליך איבערנעמען די אלטע סיסטעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יידל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר