Uber און Lyft: רעוואלוציע אין קאר סערוויס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

Uber און Lyft: רעוואלוציע אין קאר סערוויס

שליחה דורך אבטולמוס »

דער פעלד פון טעקסי און קאר סערוויס האט געכאפט א שינוי אין דער לעצטער יאר נאכדעם וואס די צוויי פירמעס Uber און Lyft זענען שטארק אריינגעקומען אין דעם מארקעט, און געטוישט דעם ביזנעס.

בילד

"אובער" איז א קאר סערוויס וואס ווערט באשטעלט דורך אן עפפ. ווען מען גייט ארויף אויף דעם עפפ, זעט מען גלייך אלע קארס וואס זענען אין געגנט, און ווי ווייט זיי זענען. מען קען אויך אויפ'ן פלאץ באקומען אן אפשאצונג וויפיל די נסיעה גייט קאסטן צו דעם ארט וואו מ'וויל גיין. ווען מען באשטעלט א קאר, באקומט מען באלד די אינפארמאציע פון דעם דרייווער, אריינגערעכנט א בילד אז מ'זאל אים גרינג קענען אידענטיפיצירן.

אובער האט עטליכע סארט קארס, און די פרייזן זענען געוואנדן אויף דעם קוואליטעט. דער פרייז ווערט גערעכנט אויף אן ענליכן פארמאט ווי די טעקסיס, אבער היבש טייערער. ביי דער ענדע פון דער רייזע ווערט דאס רייזע-געלט אויטאמאטיש גערעכנט אויף דעם קאסטומערס קרעדיט קארד.

לעצטנס האט אובער באקומען פאנדינג וואס האט אפגעשאצט די פירמע אויף איבער 18 ביליאן דאלאר!

*

בילד

"ליפט" ארבעט אויף אן אנדערן מהלך. דער יסוד פון "ליפט" איז צו טיילן נסיעות מיט אנדערע. אז איר פארט סיי ווי ערגעץ, פארוואס נישט נעמען איינעם מיט אייך, און יענער וועט אייך נאך באצאלן דערפאר? לויט דער פירמע איז א רייזע מיט ליפט מיט בערך 30% ביליגער ווי מיט א טעקסי.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר