King Translate והמסתעף

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

King Translate והמסתעף

שליחה דורך פארוואס? »

איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין טעכנאלאגיע בכלל, און אין קאמפיוטערס בפרט.

דעריבער, וויל איך פרעגן די יודעי דבר דא אין שטיבל אן עצה צו מיין פראבלעם.

ערגעצוואו אין די קורצע לעבנס געשיכטע פון מיין אלעמענס באליבטע לעפטאפ, האט זיך אריינגערוקט א פראגראם מיטן נאמען "King Translate", איך ווייס נישט וואס פונקטליך ער וויל פון מיין לעבן, אבער חוץ פון צרות האב איך גארנישט גענאסן פון איהם.

ער זיצט מיר ביים גארגל, נישט צו אראפשלינגען און נישט צו אויסשפייען.

איך פראביר איהם remove'ן, און ער לאזט זיך נישט בשום פנים ואופן.

בקיצור, אן אומגעוואונטשענער גאסט וואס האט זיך אריינגערוקט פון א אינטערטיהרל, במלוא מובן המילה.

כ׳האב אביסל געגוגלט, כ׳האב געזעהן עטליכע אינסטראקשנס, און כ׳האב עס נאכגעפאלגט, ועדיין השטן מרקד בינינו.

ווייסט איינער ווי אזוי מ׳ווערט פטור פון אט דעם אנשיקעניש???

[tag]געפילטע פיש[/tag], פליז העלף מיר, (כאטש כ׳האב גענוצט דעם פיינטליכן ״והמסתעף״).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר