טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:37 pm

מ'האט שוין אפאר מאל געפרעגט דא אין שטיבל איבער טאררענטס, מאנכע זאגן אז מ'זאל דאס נישט נוצן ווייל ס'ברענגט וויירוסעס, אנדערע שווערן זיך דערביי, איך האב טאקע איינמאל מיטגעהאלטן אזא שווערינג, א איד האט אנגעכאפט זיין חבר'ס דיכט און געזאגט "איך שווער אין נאמען פון טאררענטס אז כ'האב קיינמאל נישט..." ס'איבעריגע איז נישט אזוי ווייט נוגע פאר אונזער ענין. אקיצור, מ'האט שוין אפאר מאל געבעטן אז איינער זאל צולייגן אויף חרוסת טעלערלעך וויאזוי מ'בייסט אריין אין דעם שרעקעדיגע בריה וואס הייסט טאררענטס, און כ'האב שוין אפאר מאל גענומען דעם קיבאורד אין די האנט, אבער עטס ווייסט דאך, איך שלעפער בין קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו. אבער אז ס'דערנענטער זיך דעם יום טוב דעם זמן חירותינו, קען מען רעדן אביסל וועגן אויסלייזן אביסל מאוויס, פראגרעמס, און געפענגעניש, מאפילה לאור גדול, משיעבוד לגאולה, אז ס'זאלן זיך שלענגלען שטראמען ווי אין מצרים ביים נילוס.

קודם א ווארט וועגן ליגאליטעט, טארענטס בעצם זענען גענצליך לעגאל, אסאך מענטשען נוצן דאס פאר לעגאטימע פייל שערינג, אבער עפ"ר ווערט עס באנוצט פאר זאכן וואס בלשון המעטה זענען נישט גענצליך לעגאל, אבער היות ס'איז נישט קיין צענטראלע סיסטעם איז אוממעגליך דאס גענצליך נאכצוגיין אדער אונטערצוברענגען. ס'זענען אבער דא געוויסע קאמפאניס וואס גייען שטארק נאך און קוקן ווער ס'לאדענט זייער סחורה, מער וועגן דעם שפעטער. סא לצאת ידי חובתי וועל איך זאגן אז מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די לעגאליטעט, עטיקס, אדער הלכה, פאר דעם קענט איר אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ארטאדאקסישע לויער.

לאמיר קודם אנהויבן מיט אביסל היסטאריע, ס'איז אן אריכות, אבער אויפן שפיץ גאפל, דז'אסט אין קעיס איר לייענט דאס ביים סדר, איז דאך אן ענין צו רעדן אביסל וועגן יציאת מצרים היסטאריע, איז אזוי. די איידיע פון פייל שערינג איז בעצם עלטער ווי די ווארלד ווייד געוועב, נאך בעפאר וועבסייטס, ווען די אינטערנעט איז נאך באשטאנען פון אפאר גיקס אין MIT און אפאר נערדס אין DARPA, ניקסאן איז פרעזידענט, מ'האלט טיף אינמיטן די וואטערגעיט סקאנדאל (נישט פארמישן מיט #גנדי-געיט), די יאר איז 1972. די ערשטע נעטווראקס הויבן אן קאמיוניקירן צווישן זיך, מ'הויבט אן שיקן מעסעדז'עס, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. ביז
DARPA האט ערפינדען די ערשטע "פייל טרענספער פראטאקאל" (FTP, וואס ווערט נאך היינט באנוצט), אבער דאך איז דוכט זיך נישט געווען קיין סערווערס וואס זענען געווען עועילבעל פאר די פובליק, אויף דערווייל. אפאר יאר שפעטער, אין די שפעטע זיבעציגער יארן האבן זיי באשאפן USENET, דאס איז געווען די זיידע פון די באלעטין באורד מין פארומס איידיע אויף וואס קאווע שטיבל איז אויך געבויעט, וואו ס'האבן זיך ערווארן אשכולות אויף געוויסע נושאים, און יעדע אשכול (thread) האט געקענט ענטהאלטן תגובות, אדער מער ענדליך אפשר צו טשעט. דאס איז געווען די ערשטע פובליק פייל שערינג, וואו מענטשען האבן געקענט שיקן בעיקר טעקסט פיילס, דיגיטאלע בילדער אדער אודיאו,ווידיאו פיילס האבן דערווייל נאכנישט עקזעסטירט, נאר אויף אנאליגישע מעדיום, מאגנעטישע טעיפס.

די נעקסטע צוואנציג יאר איז דאס קליין בעיבי, די אינטערנעט געוואקסן, אינטש ביי אינטש, פונט ביי פונט, שטייטלעך שטייטלעך, פון USENET צו פידונעט, צו IRC קאנאלן, (איך לאז אויס, ס'אן אריכות), ענדליך ענדליך אין אנהויב ניינציגער האט הרב טים בערנערס-לי פארגעשלאגן די פלאן פאר די WWW, די ווארלד ווייד וועב! ס'הייסט מ'וועט נוצן HTML קאוד אויף סערווערס, און מענטשען אויפן אנדערע זייט וועלן האבן ספעציעלע מין סאפטווער וואס הייסן וועב בראוזערס, וואס וועלן זיין געמאכט ספעציעל צו קענען ליינען די HTML קאוד און עס ווייזן פארן יוזער שיינערהייט. ס'וועט נאך נעמען אפאר יאר ביז די המון עם וועט אנהויבן הערן אזעלכע ווערטער ווי וועבסייטס און דאונלאודס, און אזוי וואקסט זי אונטער, די פייל שערינג ווערט בעסער, מ'קען שוין לייגן אביסל גרעסערע פיילס, ביז אין די שפעטע ניינציגער יארן איז געבוירן א וועבסייט, mp3.com וואו מענטשען האבן מנדבת ליבם געקענט ארויפלייגן פיילס וואס אנדערע מענשען האבן געקענט נהנה זיין און זיי אראפלאדענען. די סייט האט געהאט א אפקלאנג, די לעיבעל קאמפאניס האבן אנגעהויבן צו זען וואסערע חורבן די אינטערנעט גייט זיי אנמאכן, און אזוי איז די טרויעריג בארימיטע DMCA געקומען אויף דעם עולם השפל. ס'האט אבער נישט קיין סאך אויסגעמאכט פאר רוב מענטשען, אלעס איז געפארן מער ווייניגער על מי מנוחות, ווי משה'ס תיבה ביים ברעג טייך, ביז Napster איז געבוירן געווארן, נעפסטער איז געווען א מאנסטער וואס קיינער האט פאר יארן נישט געקענט אפשטעלן, אנדערש ווי mp3.com וואס אלע פיילס זענען געלעגען אויף זייערע סערווערס, איז נעפסטער נישט געווען מער ווי א שדכן פון mp3 פיילס. מ'האט נישט געדארפט ארויפלייגן די פיילס אין ערגעץ, נאר געזאגט פארן סערווער אז דו האסט דעם און דעם פייל אין דיין באזיץ, און ווען איינער האט געסוירטשט פאר דעם ספעציפישן פייל האט ער עס געקענט אראפלאדענען גראד פון דיין קאמפיוטער. די סערוויס איז געווארן ריזיג פאפולער, ווער ס'האט נאר געהאט אינטערנעט אין יענע יארן האט זיך באנוצט דערמיט, אין איר הויכפונקט האט זי געהאט באלד דרייסיג מילאן באנוצער. אין די בראשית יארן פונעם אינערנעט איז דאס געווען אן אסטראנאמישער נומבער. פאר נעפסטער איז אבער נישט געווען פארשריבן אריכת ימים, נאך קורצע צוויי יאר פון איר פרוכטבארן לעבן איז דאס יונג בוים פארשניטן געווארן דורך לאו סוט'ס פון זינגער און רעקארד לעיבעלס. אבער וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, די דעמעדזש וואז אלרעדי דאן. דער עולם האט שוין טועם געווען פון די עץ הדעת, און מ'קען נישט צוריק אריינלייגן דעם דזשעני אינעם באטל, וירא מנוחה כי טוב, פייל שעירינג איז גאנץ געשמאק, נעפסטער איז טאקע געווען א קרבן ציבור, אבער דאס קערענדל האט אנגעהויבן שפראצן. ביט טאררענט ווערט געבוירן, און ס'איבעריגע ווי מ'זאגט, איז היסטאריע.

אין 2001 איז דער זעקס און צוואנציג יעריגער פראגרעמער\מאטעמאטיקער בראם כהן נ"י ארויסגעקומען מיטן פראטאקאל, און איר מיטגייענדע פראגרעם וואס וועט רעוועלוצינירן די פייל שערינג וועלט, BitTorrent, די פראטאקאל וואס וועט עווענטואל פארנעמען איבער א דריטל פון אלע אינטערנעט טרעפיק איבער די וועלט דורך א פערטל ביליאן באנוצער א חודש! די איידיע דערפון איז אז מ'קען נעמען גאר גרויסע פיילס און דאס שעירן מיט אסאך מענטשען, אבער די גאנצע געוויכט פון אפלאודן די פייל ליגט נישט אויף איין מענשענ'ס פלייצע, נאר ס'ווערט א צרת רבים. סתם אזוי ווען מ'לאדענט אראפ גרויסע פיילס לייגט עס א גרויס געוויכט סיי אויפן סערווער, סיי אויפן נעטווארק, און פאר יעדע מענטש וואס לאדענט עס אראפ לייגט עס נאכאמאל די זעלבע געוויכט אויפן סערווער און נעטווארק. למשל א ווידיאו פייל פון א גיגאבייט, אויב דאונלאודט עס איין מענטש דארף די סערווער אפלוידן איין גיג, און די נעטווארק דארף טרענספערן איין גיג, אויב וועלן עס צען מענשען דאונלאדן דארף די סערווער אפלאודן צען גיג, און די זעלבע, די נעטווראק דארף אויך טראנספערן צען מאל איין גיג. די געוויכט וואס דאס לייגט אויף ריסארסעס איז אומגעהויער, און אויב געשענט עפעס אינדערצווישן גייט די גאנצע יגיעה טאראראם און מ'דארף אודך אנהויבן פון אנהויב. וואס ביט טארענט טוט איז אז די ערשטער אפלאודער פון א פייל דארף דאס נאר אפלוידן איין מאל. וכאן הבן שואל, וויאזוי'שע גייט דאס צו? דא קומט אריין די חרוסת טעלערלעך פון וואס מיר האבן פריער גערעדט, די תירוץ איז אז די פייל ווערט צוטיילט אויף פיץ פיצלעך, אפאר קילאבייטס אויף א מאל, און ס'הויבט זיך אן א טיילעריי. לאמיר זאגן א משל, ראובן האט גאנץ יוסף שפיל וואס ער וויל שערן מיט אלע עשרת השבטים, ווערט די ווידיאו פייל צוטיילט אויף אסאך קליינע שטיקלעך, אלומים אלומים, און ראובן'ס ביט טארענט הויבט אן געבן די זרוע פאר שמעון, די ביצה פאר לוי, די כרפס פאר יהודה און די מרור פאר יוסף, און אזוי ווייטער, יעצט איינמאל שמעון האט די זרוע ביי זיך קען ער עס ווייטער געבן פאר גד'ן, און לוי'ס ביצה קען גיין צו שמעון, יוסף'ס מרור צוריק פאר יהודה, און שמעון'ס חזרת פאר יוסף, און אזוי שערט מען זיך ארום איינער פארן צווייטן, איך שלעפ דיין בארד און דו שלעפ מיין בארד, ביז ביידע ווערן ציריסן פארן בוכ"ע און אלע האבן גאנץ יוסף שפיל. קומען צו גיין סרח בת אשר און חושים בן דן און זיי ווילן אויך יוסף שפיל, יעצט אנשטאט ראובן זאל זיך דארפן אנשטרענגען ארויפצולאדענען נאכאמאל די גאנצע שפיל, ארבעט די פחז כמים טארענט סיסטעם אז זיי באקומען קליינע שטיקלעך פונעם פייל איינס פון ראובן, דריי פון שמעון, וכו', געוואנדען אין אסאך פאקטארן, וויפיל בענדוויטש ראובן האט, וואסערע לימיט ער האט געלייגט אויף זיין טארענט קלייענט, צו ער האט די גאנצע פייל צו נישט, אא"וו. און ביי זיי אין טארענט קלייענט ווערן די אלע שטיקלעך פאזל צוריק צוזאמען געלייגט, ביז ס'ווערט א דבר השלום.

כדי צו האבן גענוג beta טעסטערס פאר זיין נייע פראטאקאל האט זיך הרב כהן איינגעזאמעלט א מכובדיגע זאפאס פון פארניגראפיע וואס ער האט געשערט מיטן עולם, כדי ס'זאלן זיין גענוג מענטשען וואס זאלן וועלן אנטייל נעמען אין דעם טעסט... ווי מ'זאגט טאקע נאך פון צדיקים אז יעדע מאל ס'דארף אראפקומען א גוטע זאך אויף דעם וועלט מוז עס קומען באיסכסיא ובטמירי, פארדעם האט דוד מלכא משיחא געדארפט ארויסקומען פון יהודה און תמר, רות און בועז, וכהנה רבות, צו צומישן דעם שטן.

דאס איז די גאונות פונעם טארענט פראטאקאל, און מר. כהן ציעט נאך היינט חיונה פאר זיך און זיין פאמיליע פון מענטשען וואס זענען פרייוויליג מנדב פארן דאונלאדן זיין טארענט סאפטווער, וואס הייסט שוין היינט µTorrent.


יעצט צום פראקטישן חלק.

צו דאונלאודן טארענטס דארף מען האבן א טארענט קלייענט, ווי למשל די מערסט פאפולערע, די אויבנדערמאנטע μTorrent, אדער איז דא נאך ווי vuse אדער limewire, ווי אויך זענען דא קלייענטס פאר ענדרויד אויך. איינמאל ס'איז אינסטאלירט זענען דא אסאך טארענט סייטס וואו מענטשען לייגן ארויף טארענט פיילס. יענע סייטס האבן נישט די פיילס (מאוויס, שאוס, מוזיק, פראגרעמס וכדו') וואס ליגן אינעם טארענט, זיי האוסטן נאר די טארענט פיילס, און צומאל נאר א מאגנעט לינק וואס זאגט פארן טארענט קלייענט נאר וויאזוי אליינס צו מאכן דעם טארענט פייל.

בעפאר מיר גייען ווייטער וויל איך דערמאנען א נקודה, אסאך מאל קומט מיר אויס צו רעדן מיט מענטשען וועגן טארענטס, הערט מען אפט מאל אז די סייטס זענען אלע פול מיט גארביטש, שמוץ, און פאפ אפ עדס, און כ'האב מיך אלעמאל געווינדערט פארוואס איך זע נישט די זאכן? ביז כ'האב מיר געכאפט אז איך נוץ א עד בלאק, וואס קלינט אויף די אלע סייטס און מאכט עס מער סעיף, ריין, און גרינגער צו נוצן. חוץ פון וואס די עדס מאכן סתם נערוועז קענען זיי צומאל זיין א סעקיוריטי ריסק, אסאך מאל לייגן זיי זיך אריין דארט וואו מענטשען מיינען מ'דארף קוועטשען כדי אראפצולאדענען די טארענטס, און נאכדעם שרייען זיי אז טארענטס ברענגען וויירוסעס. ראו, הוזהרתם.

צו טרעפן טארענטס גייט צו סיי וועלכע טארענט סייט, למשל די פייראטס בעי אדער טארענטז, דארט קענט איר זוכן וואס אייער הארץ באגערט, אבער מ'ברויך זיין פארזיכטיג, וויבאלד יעדער יוקל פייביש קען אויך ארויפלייגן זיין לעצט געמאכט וויירוס דער עולם זאל הנאה האבן, דארף מען טשעקן ווער ס'האט דאס ארויפגעלייגט, אסאך סייטס האבן verified users וואס האבן א רעפיוטאציע, אזוי אויך אז מ'זעט הונדערטער מענטשען דאונלאודן די זעלבע טארענט קען מען געווענליך שטעלן אויף די חזקה אז נישט די גאנצע וועלט איז משוגע, קאמענטס אויב ס'דא ווייזן אויך געווענליך צו די פייל איז טאקע תוכו כברו צו נישט, ס'איז נישט דא קיין וואן סייז פיטס אלל צו דעם, מ'באקומט א געפיל דערצו. למשל אז דו ווילסט דאונלאודן א פילם האט א exe פייל נישט וואס צו זוכן דארט, און אז דו זעסט אזא עקסעקיוטעבעל פייל וואו ס'באלאנגט נישט דאן צי אפ פון דארט ווי אמשנעלסטן.

די וועג וויאזוי טארענטס איך געבויעט אז יעדער דאונלאודט פון יעדעם, מיינט אז יעדער וואס האט שייכות מיט דעם ספעציפישן טארענט קען זען אלע IP אדרעסן פון די אנדערע מענשען וואס דאולאודן\אפלאודן יענע פייל, וואס סתם אזוי איז עס נישט געפערליך, צומאל קען זיך מאכן א פראבלעם אויב איינער פון די קאמפאניס וואס מאכן די פילמס, שאוס, מוזיק, וכדו', האבן א מין משוגעת אז זיי ווילן ווערן באצאלט פאר זייער סחורה, גיי פארשטיי א גוי... אבער עכ"פ מיר זענען אין גלות, און לעת עתה מוזן מיר זיך צושטעלן צו זיי, איז רוב קאמפאניס לייגן זיך נישט ממש אין די לענג און אין די ברייט נאכצוגיין מענטשען וואס דאונלאודן זאכן פון טארענטס, אבער צו דאונלאודן סחורה וואס ווערט יעצט געשפילט אין טעאטער, אדער שאו'ס פון HBO אדער Showtime איז א סגולה בדוק ומנוסה צו באקומען א בריוול פונעם ISP וואס בעט שיינערהייט אז מ'זאל אויפהערן פאטשקענען אין פרעמדע פעלדער. פאר דעם איז דא אפאר עצות, אסאך מענשען זאגן אז אויב דאונלאודט מען נאר און מ'לאזט עס נישט אפלאודן איינמאל מ'האט געענדיגט, דעמאלס גייט זיי נישט אן, איך ווייס נישט אויב ס'ארבעט טאקע אזוי, מ'סתמא איז עס געוואנדען אין וועלכע קאמפאני מ'רעדט דא. אבער איין שטארק פאפולערע עצה איז נוצן א פראגרעם וואס הייסט PeerBlock, וואס ארבעט ווי א פייערוואל צווישן די קאמפיוטער און די אינטערנעט, און ס'האט א ליסטע פון IP אדרעסן וואס באלאנגען פאר די קאמפאניס וואס גייען נאך P2P שעירערס, און בלאקען אז יענע IP זאל נישט קענען זען דיין IP אדרעס.

איך מיין אז מ'האמער געקאווערט די בעיסיקס, פאר מער אינפארמאציע דרוקט שטערקער.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואו קומט טארענטס צו פסח? יעדער קען דאך די וועלטס קושיא פסח איז דאך א זמן ווען מ'עסט מיכלא דאסוותא, אבער פון די אנדערע זייט שטייט דאך אז מ'עסט מיכלא דמהימנותא, איז דאך שווער?
נאר די תירוץ איז אז טאקע דאס! טאקע דאס וויל אונז די פסוק טאקע לערנען, אז ס'קען זיין טאקע סיי מיכלא דאסוותא און סיי מהימנותא טאקע, און פון דעם קען מען זיך טאקע ארויסלערנען די גוטע מידות פונעם חתן זאל זיין געזונט, ווי ס'שטייט דאך טאקע כלה שעיניה יפות - אז אונזער חתן וואס איז באוויסט פאר זיין שטארקע שמירת עינים - אין כל גופו צריך בדיקה, זאל מען טאקע זוכה זיין נאר צו זען נחת פונעם פארפאלק, אונז זאלמער זען נחת פון זיי, די עלטערן זאלן זען נחת, די מחותנים, זיידעס, יעדער קומט דאך דא נאר פאר איין זאך, שעפן הויפענעס נחת פון די קינדער, זאלן זיי טאקע זוכה זיין צו א בנין עדי עד, זרע של קיימא, זיי אליינס זאלן אויך זען נחת פון די קינדער, בבגצבב"א.

כ'האב אויך אמאל געזען נאכברענגען, נישט אז מיר זענען אויף דעם מדריגה אבער מ'דארף וויסן אז אמאל זענען געווען אזעלכע אידן וואס האבן עס געמיינט מיט אן אמת, אז פסח איז זמן חירותינו זמן גאולתינו, פון די P2P געמיינדע איז דא אסאך וואס זעען אין פייל שעירינג ווי א שטיקל גאולה, וואו זיי לייזן אויס די digital content פון געפענגעניש און ברענגען איר ארויס מאפילה לאור גדול, קען מען טאקע מדמה זיין צו אונז, אסאך מענשען געפינען זיך אין א גלות פרטית, אדער גלות כללית, לאמיר טאקע האפן אז מיר אלע זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע גלות'ן, א גאולה פרטית וכללית, בבוא זמן גאולתינו במהרה. אמן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:43 pm

הערליכע דזשאב, פול מיט הומאר. מיין שכן האט זיך געוואונדערט וואס איז אזוי פאני אין די הפטורה (צווייטע טאג). דיין ארטיקל האט מיר געברענגט א געוואלדיגע שמחת יו"ט. אבער אפשר עקלערסטו פאר א גוט יאר וויאזוי טארענטס ארבייטען... :roll:


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5980 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:55 pm

איצט בין איך שוין א פארטיגע האקער, איך ווייס שוין פון טארענץ מיט ביטקוין'ס מיט איי פי'ז
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1655
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3454 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:36 pm

הוגה האט געשריבן:הערליכע דזשאב, פול מיט הומאר. מיין שכן האט זיך געוואונדערט וואס איז אזוי פאני אין די הפטורה (צווייטע טאג). דיין ארטיקל האט מיר געברענגט א געוואלדיגע שמחת יו"ט. אבער אפשר עקלערסטו פאר א גוט יאר וויאזוי טארענטס ארבייטען... :roll:


.

די הפטרה איז אויך נישט אוועקצומאכן... פרעג מיין קינד פרעג, וואס ווילסטו וויסן?
טארענטס ארבעט מיט פיזיקס, עלעקטריציטעט. נאך עפעס?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 5:46 am

זייער שיין. פארוואס האבעך געלייענט דיין טארענט ארטיקעל די ערשטע פון אלע? אפשר ווייל כאב ליעב געפילטע פיש..


פארוואס קען מען נישט אפשטעלען טארענטס? די קאמפאניס דערלייגען דאך אזוי פיל געלט.


אויך ווילעך וויסן וויזוי ארבעט showbox אויף מיין סעל.

זייט כאב עס, דארף איך שוין מער נישט האבען טארענטס און אלעס דאנלאדען אויף מיין סעלפאן און איך קען גראד זעהן אלע shows and movies און וועגען דעם זעה איך אזוי פיל און שרייב ווייניגער אין קאווע שטיבל..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:20 am

דאס מיינט אויב איך בין אויף א data plan מיט נישט אנלימיטד דאטא, און איך דאונלאוד א טאררענט. דאן יעדע מאל איינער וויל די זעלבע פייל וועט עס מיר קאסטן אביסל דאטא צו אים עס שיקן למחצה ולשליש?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:23 am

נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5287 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:32 am

דו קענסט אנשטעלן א מקסימום אפלאוד סייז. מאך עס 1
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 761 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:36 am

די וואס געבן גארנישט צוריק, באקומען עס שטייטער.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:39 am

וואונדערליך שיין, צונומען אויף קליינע חרוסת טעלערלעך.
א ריזיגן דאנק.

די לינקס דא אין די ארטיקל, איז ווערד פאר זיך, וואס דאס קען די פי-די-עף ווערסיע נישט ממלא-מקום זיין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:52 am

ראשעקאל האט געשריבן:נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן

דהיינו, אז איך פיר אוועק די פייל פין די דאונלאוד לאקאציע, אדער איך פארמאך אינגאנצן די טאררענט דאונלאודער?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:56 am

יין שרף האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן

דהיינו, אז איך פיר אוועק די פייל פין די דאונלאוד לאקאציע, אדער איך פארמאך אינגאנצן די טאררענט דאונלאודער?

ער גייט זיכן ביי דיר עני טאררענט פייל אין דיין גאנצע סיסטעם. סאו ס'גייט דיר נישט העלפן עס אוועקצופירן
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 761 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:59 am

יין שרף האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן

דהיינו, אז איך פיר אוועק די פייל פין די דאונלאוד לאקאציע, אדער איך פארמאך אינגאנצן די טאררענט דאונלאודער?

רייט קליק אויף די פייל אין די טאררענט פראגרעם, און דריק remove
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5287 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:23 pm

נופת צופים האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן

דהיינו, אז איך פיר אוועק די פייל פין די דאונלאוד לאקאציע, אדער איך פארמאך אינגאנצן די טאררענט דאונלאודער?

ער גייט זיכן ביי דיר עני טאררענט פייל אין דיין גאנצע סיסטעם. סאו ס'גייט דיר נישט העלפן עס אוועקצופירן

פון וואו נעמסטו דאס? אויב מאכט מען צו די פראגרעם אדער מ'נעמט ארויס די טארענט פייל פון די טארענט פראגרעם איז די פרשה געענדיגט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:36 pm

ידען האט געשריבן:זייער שיין. פארוואס האבעך געלייענט דיין טארענט ארטיקעל די ערשטע פון אלע? אפשר ווייל כאב ליעב געפילטע פיש..


פארוואס קען מען נישט אפשטעלען טארענטס? די קאמפאניס דערלייגען דאך אזוי פיל געלט.


אויך ווילעך וויסן וויזוי ארבעט showbox אויף מיין סעל.

זייט כאב עס, דארף איך שוין מער נישט האבען טארענטס און אלעס דאנלאדען אויף מיין סעלפאן און איך קען גראד זעהן אלע shows and movies און וועגען דעם זעה איך אזוי פיל און שרייב ווייניגער אין קאווע שטיבל..

אפשטעלן טארענטס איז בערך אזוי גרינג ווי אפשטעלן שנארכצען. דאס טוט יעדער ביי זיך אינדערהיים, מ'דארף נישט קיין סערווערס, יעדער מיט א קאמפיוטער מיט דעם פראגרעם קען ארויפלייגן און אראפנעמען פיילס.

דאס וואס די קאמפאניס דערלייגן געלט איז טאקע א פראבלעם, מ'וועט מוזן צאמשטעלן עפעס א קמחא דפיסחא קאמפיין זיי זאלן האבן ברויט אויף הויזן, א רחמנות אויף זייערע משפחות נעבעך. דזאוקס אסייד, יענעמ'ס עשירות איז טאקע נישט קיין תירוץ אויף גניבה, און דא איז נישט דאס פלאץ פאר עטישע דיבאטעס, אבער מ'קען דן זיין דערין אויב איינער וויל עפענען א עטיקס אשכול, פאקטיש נעמט מען קיינעם נישט צו גארנישט, נאר אפאר וואנ'ס און זערא'ס פון עלעקטראמאגנעטיזם.

Showbox ווייס איך נישט וואס דאס איז, אבער ס'דא אסאך אנדערע מיני פראגרעמס וואס טוען די זעלבע זאך ווי טארענטס ביהיינד די סינס, אבער אויב מאכט דאס דיר שרייבן דא ווייניגער האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע פרשה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:38 pm

יין שרף האט געשריבן:דאס מיינט אויב איך בין אויף א data plan מיט נישט אנלימיטד דאטא, און איך דאונלאוד א טאררענט. דאן יעדע מאל איינער וויל די זעלבע פייל וועט עס מיר קאסטן אביסל דאטא צו אים עס שיקן למחצה ולשליש?

אויב ביזטו אויף א לימיטעד פלאן דארפסטו אויך טראכטן וועגן די פיילס וואס דו דאונלאודסט, זיי קענען צומאל זיין עטליכע גיג יעדעס איינס, קוק אויפן סייז פאר'ן דאונלאודן. און יא, ווילאנג דו סידסט די פייל וועט עס אפלאודן שטיקלעך אויב זענען דא מענטשען וואס זוכן דאונצולאודן, די עצה פארדעם איז צו remove'ן די טארענט ווען דו האסט געענדיגט דואנלאודן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:36 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נאכ'ן דאנלאדען דארף מען נישט לאזן די פייל זיין עוועילעבל פאר סיד'ן

דהיינו, אז איך פיר אוועק די פייל פין די דאונלאוד לאקאציע, אדער איך פארמאך אינגאנצן די טאררענט דאונלאודער?

ער גייט זיכן ביי דיר עני טאררענט פייל אין דיין גאנצע סיסטעם. סאו ס'גייט דיר נישט העלפן עס אוועקצופירן

פון וואו נעמסטו דאס? אויב מאכט מען צו די פראגרעם אדער מ'נעמט ארויס די טארענט פייל פון די טארענט פראגרעם איז די פרשה געענדיגט.

ליגט מיר און קאפ אז כ'האב אמאל געליינט אז ער זוכט און דער גאנצע פייל סיסטעם, אבער מסתם בוזטו גערעכט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 761 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:37 pm

זייער שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל, יישר כח!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2024
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3958 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך הויזן טראגער » זונטאג אפריל 12, 2015 12:19 am

זייער שיינע ארטיקל, טענקיו, ווען איך remove, מעקט עס אויס די פייל פון מיין קאמפוטער אדער הערט עס נאר אויף צו סיעדן ?
80% פון די וועלט נעמט נערוון פילען, א רחמנות נעבעך אויף די אנדערע 20%......
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אפריל 12, 2015 1:11 am

ברסלבער האט געשריבן:זייער שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל, יישר כח!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1683 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג אפריל 12, 2015 3:56 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:זייער שיין. פארוואס האבעך געלייענט דיין טארענט ארטיקעל די ערשטע פון אלע? אפשר ווייל כאב ליעב געפילטע פיש..


פארוואס קען מען נישט אפשטעלען טארענטס? די קאמפאניס דערלייגען דאך אזוי פיל געלט.


אויך ווילעך וויסן וויזוי ארבעט showbox אויף מיין סעל.

זייט כאב עס, דארף איך שוין מער נישט האבען טארענטס און אלעס דאנלאדען אויף מיין סעלפאן און איך קען גראד זעהן אלע shows and movies און וועגען דעם זעה איך אזוי פיל און שרייב ווייניגער אין קאווע שטיבל..

אפשטעלן טארענטס איז בערך אזוי גרינג ווי אפשטעלן שנארכצען. דאס טוט יעדער ביי זיך אינדערהיים, מ'דארף נישט קיין סערווערס, יעדער מיט א קאמפיוטער מיט דעם פראגרעם קען ארויפלייגן און אראפנעמען פיילס.

דאס וואס די קאמפאניס דערלייגן געלט איז טאקע א פראבלעם, מ'וועט מוזן צאמשטעלן עפעס א קמחא דפיסחא קאמפיין זיי זאלן האבן ברויט אויף הויזן, א רחמנות אויף זייערע משפחות נעבעך. דזאוקס אסייד, יענעמ'ס עשירות איז טאקע נישט קיין תירוץ אויף גניבה, און דא איז נישט דאס פלאץ פאר עטישע דיבאטעס, אבער מ'קען דן זיין דערין אויב איינער וויל עפענען א עטיקס אשכול, פאקטיש נעמט מען קיינעם נישט צו גארנישט, נאר אפאר וואנ'ס און זערא'ס פון עלעקטראמאגנעטיזם.

Showbox ווייס איך נישט וואס דאס איז, אבער ס'דא אסאך אנדערע מיני פראגרעמס וואס טוען די זעלבע זאך ווי טארענטס ביהיינד די סינס, אבער אויב מאכט דאס דיר שרייבן דא ווייניגער האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע פרשה.

לול

איך האלט אויך אזוי אבער כאב באקומען אזא פראסק פון די הנהלה אז כאב מיך אויפגעוועקט אז זיי זענען גערעכט אז מע האט מיך געמאכט אויס אחראי ווייל איך בין ווייניגער היינט דא ווי אמאל. אבער נישט נאר וועגען טארענטס. (די רעסט וועלעך שרייבען אין מאחורי הפרגוד..)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אפריל 12, 2015 11:23 am

הויזן טראגער האט געשריבן:זייער שיינע ארטיקל, טענקיו, ווען איך remove, מעקט עס אויס די פייל פון מיין קאמפוטער אדער הערט עס נאר אויף צו סיעדן ?

אנדערע פראגרעמס קענען זיין אנדערש, אבער בדר"כ מיינט רימאוו נאר פון די טאררענט פראגרעם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אפריל 12, 2015 11:24 am

@ידען, איך ווייס נישט אויב איך זאל זיין באזארגט אדער זיך פרייען פאר דיר. :P
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7284 מאל

הודעהדורך אליצפן » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:17 pm

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן נוצן טאררענטס צו דאוינלאדן מאוויס אדער שאוס. ווען מען נוצט טאררענטס איז דא א גרויסע טשענס צו באקומען א ווייראס אויפן קאמפיוטער, סיי ווער עס וויל קען זען דיין איי פי אדרעס, דא מיינט אז די סטודיאוס און אינטערנעט פראוויידערס קענען גריגערהייט זען ווער ס'טוט די שגץ שטיק.
עס זענען דא הונדערטיר וועבסייטס וואו מען קען פאר בחינם דאוינלאדען אדער סטרימען יעדעס איינציגסטער מאווי אדער שאוי, ווי למשל icefilms, 1channel און נאך. די סייטס האבן קיינמאל נישט קיין וויירוסעס און עס איז א דירעקט דאוינלאוד וואס מיינט אז קיינער קען נישט זען אז דו ביסט אמאל דארט געווען, אויסער אויב די אינטערנעט קאמפאני באקומט א ווארענט צו ארויסגעבן דיין בראוזינג היסטארי.
איז מיך דעריבער אלעמאל געווען א חידוש אז מענטשן נוצן בכלל טאררענטס.
@געפילטע פיש
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך אליצפן » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:18 pm

.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

נעקסט

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron