נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

הודעהדורך chusid » מיטוואך מאי 06, 2015 1:07 am

.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 06, 2015 1:29 am

יעקב מענטש האט געשריבן:צו די וואס זענען ברוגז אויף עמי פארן נישט רעפרעזענטירן די צד פונעם אינווענטאר,

שתי תשובות בדבר,

1) ער האט זיך פרובירט זיך צו מקשר זיין מיט אים אבער ער האט נישט געוואלט רעדן צו זיין רעפארטער יאסי קרויס,

2) ווען איינער באגייט אזא שענדפולן אקט פון ארויסשניידן שטיקער פון די הסכמות פון רבנים, און נישט עפעס אן אומוויכטיגע חלק, נאר עפעס וואס טוישט דעם גאנצן ענין. קומט זיך אים נישט קיין באהאנדלונג מיט זיידענע הענטשוך, נאר טאקע פון דעם סארט וואס עמי האט דעליווערט,

ראביי ? איך האב אלץ פארשטאנען אז רבי רופט מען אן איינעם וועם מ'רעספעקטירט און מ'האט דרך ארץ פאר די תורה וואס ער האט געלערנט, נישט א אומפארשעמטע יונג וואס איז געווען גרייט מכשיל צו זיין א רבים מיט א עזות מבהיל, קיין חילוק צו ער האט א דעגרי אין תלמוד אדער נישט

ניין: מיין טענה אקעגן די ארטיקל פון עמי מעגעזין איז אז אין די העדליין פון דעם ארטיקל זאגט ער אז ער גייט באהאנדלען אלע פרטים איבער די קאנטראווערסיע פון דעם שבת סוויטש. און ער דיסקוטירט נישט אפילו איין נקודה פון א טעכנישן, אדער הלכה'דיגן שטאנדפונקט. ער קאנצענטרירט זיך נאר אין אויפווייזן אז מר. מנשה קלטי איז א שווינדלער. אז ער האט ארויסגענארט, אדער פארדרייט די חתימות און הסכמות פון רבנים אין ארץ ישראל און אמעריקע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6607 מאל

הודעהדורך בן נריהו » מיטוואך מאי 06, 2015 10:04 am

"זמן" טעכנאלאגיע, דער הויפט געווינער - לויט מאנכע - פון דער "סקאנדאל", באדאנקט זיך טאקע עפענטליך - אין א בריוו צו די ארויסגעבער - צו "עמי", די וואך, מאי דעם 6'טן, און געדרוקט אין די מאגאזין. פילייכט איז דאס, די בריוו, א פראבע פון "עמי" צו דערציילן פאר די ליינער, מיט א ווינק-ווינק, אז "זמן" שטייט אונטער די לעצטיגע ווינטיגע סקאנדאלישע באשרייבונגען.
בן נריהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך מאנסי אינגערמאן » זונטאג יאנואר 01, 2017 8:42 pm

should i buy the switch for my house ?
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 01, 2017 11:29 pm

נופת צופים האט געשריבן:מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')

טעפל: אויב דו לעבסט נאך. איך האף אזוי. אבער לאמיר רעדן פון דעם טעכנישן פארט. דער צד ההיתר פון דעם אינווענטאר איז אז ס'איז ...רענדאם"... דאס מיינט נישט אז ס'איז א ספק אויב דער עלעקטרישער שטראם וועט צו קומען. דאס איז נישט קיין ספק. דער ווארט מיינט, אז ס'האט נישט קיין זמן קבוע. א וסת. און מ'קען נישט פאראויסזאגן אין וועלכע פאר סעקונדעס דער עלעקטרישער שטראם וועט לויפן. דערפאר זענען דא די גרינע און די רויטע על.אי. די'ס. ווען די גרינע על.אי.די ברענט מיינט אז דער שטראם לויפט נישט און מ'קען ריקן די מחיצה'לע צו אויפמאכן אדער בלאקירן דעם וועג פאר די עלעקטריציטעט ווען ס'וועט ווידער שטראמען. און די רויטע לעמפל מיינט אז דער שטראם לויפט יעצט. און מ'טאר עס נישט בלאקירן אדער אויפמאכן...!!

ווי די רבי מהר"א שליט"א פון קר"י זאגט אייביג..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט" און ווער נישט זאלל ארויסנעמען א גמרא אדער אדורכלערנען הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל'ס ספרים וועט ער אפשר פארשטיין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6607 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 01, 2017 11:35 pm

מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:should i buy the switch for my house ?

מאנסי אינגערמאן: (איך האף אז דו ביסט נישט קיין קרוב מיט דעם שטילן אינגערמאן.)...!

איינער פון די ערנסטע פוסקים אין הילכות שבת, וועלכער פארשטייט גרונטליך סיי די טעכנאלאגיע פון דעם סוויטש און סיי די הלכות וועלכע זענען פארבונדן מיט דעם, האט געפסק'נט אז אין פריוואטע שטיבער און פאבליק פלעצער טאר מען לכתחילה נישט ניצן דעם סוויטש. אבער אין האספיטאלס, אדער אין א שטוב וואו ס'איז דא א חולה שאין בו סכנה, מעג מען עס לכתחילה ניצן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6607 מאל

הודעהדורך מאנסי אינגערמאן » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:57 pm

נייס נייס אבער פארוואס נמשל זאל א חולה עס דארפען אינדערהיים ?
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:03 am

מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!

איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!

מאנסי יונגערמאן: איך ווילל דיך פרעגן שטילערהייט. (קיינער הערט נישט. ס'איז איצט 3: אזייגער פארטאגס... :lol: ...דו ביסט אמאל געגאנגען אין ישיבה... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6607 מאל

Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

הודעהדורך מאנסי אינגערמאן » מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:03 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!

איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!

מאנסי יונגערמאן: איך ווילל דיך פרעגן שטילערהייט. (קיינער הערט נישט. ס'איז איצט 3: אזייגער פארטאגס... ...דו ביסט אמאל געגאנגען אין ישיבה... :roll:

יא איך בין געגאנגען און ישיבה
איר האט נישט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט
איך האב געפרעגט פארוואס מען מעג לייגען אזא סוויטש ביי א חולה? ממה נפשך אויב ווייסט מען אז מען גייט עס דארפען אויסלעשן דעמאלטס שטעל אהן א שבת זייגער, און אויב מען ווייסט נישט מעג מען דאך אויסלעשן א נארמאלע לייט אויך, און מען דארף נישט צוקומען צי די גאנצע שבת לייט
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:52 pm

מאנסי יונגערמאן: במחכת"ה. ביי א חולה שאין בו סכנה פסקנ'ען די פוסקים, אז מ'טאר נישט אויסלעשן אליינס די לייט. אבער דער עלעקטראנישער קאושער סוויטש, וועלכער נעמט אוועק דעם חשש פון בונה (מערכת) לויט'ן חזון איש. און איז אויכעט נאר א גרמא...מעג מען יא, לכתחילה...(הרב ישראל דוד הארפענעס שליט"א. אחד מגדולי הפוסקים בזמננו.)

שוין שיעור געשריבן הרב ישראל דוד ווייס. אבער ער איז נאר איינער פון די גדולי הפוסקים פון די נטורי חרתא... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6607 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט