חינוך, געזעץ, און קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

חינוך, געזעץ, און קאווע שטיבל

שליחה דורך שמעקעדיג »

1.

ראובן און שמעון, צוויי ביזנעסלייט וואס ארבעטן שווער אויף פרנסה מדי יום ביומו און זענען ב"ה שיין מצליח. 2 גוטע חברים נאך פון די יונגע יארן אין ישיבה, פלעגן זיי זיך כסדר טרעפן און דורכשמועסן ביזנעס. אצינד האבן ביידע באשלאסן צו נעמען א ברעיק פון די טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, און פארן אינאיינעם פאר א געשמאקע וואקאציע, אויף איין וואך.

זיי האבן איבערגעגעבן די בשורה פאר זייערע ווייבער, אז זיי פארן אליינס אוועק פאר א וואך. מיט די הסכמה פון די געטרייע ווייבלעך, וועלכע האבן אפרישיעטעד די עבודה קשה פון זייערע מענער במשך דעם יאר, האבן זיי אנגעגרייט מיט עקסטאז אלע נויטיגע צוגעהערן, ווי וועש, שווים קליידער, קראק'ס, סעלפאן טשארדזשערס, א.א.וו. דערנאך זענען ביידע געגאנגען אינאיינעם אין עטליכע געשעפטן און גראסערי'ס איינצוקויפן צו נאשן והמסתעף... פולע מאלצייטן וועלן זיי שוין קויפן דארטן ביים וואקאציע ארט, אבער די זייטיגע קלייניגקייטן גרייט מען זיך אן פון פאראויס.

ראובן האט לעצטנס ארויסגעליעסט א שפאגל נייעם, פולי-לאודעד סובארבאן. עס שמעקט נאך פון די פרישע לעדערנע זיצן און ריינע קארפעט, און ביידע חברים וועלן נעמען א שאנס, יעדער וועט דרייוון אביסל פונעם לענגערן וועג. דער וועג זעלבסט וועט אויך זיין א חלק פונעם וואקאציע, ווי ביידע וועלן הנאה האבן פון די רואיגע וועגן און שיינע לאנדשאפט. זעלבסטפארשטענדליך מען וועט אינצווישן זיך אפשטעלן אין רעסט עריע'ס זיך אויסצוציען די ביינער, צו כאפן א בעסקיס אדער א קאווע, און נעמען א טרינק בראנפן ביזן קרעטשמע.

די 2 האבן געהאט ענטוזיאסטישע פלענער. ארויסצונעמען א שיינעם סוויט אויף א הויכן שטאק אינעם האטעל, וואס האט אויך א פריוואטע פארטש מיט א הערליכע פאנאראמישע אויסקוק צום ים. מען וועט זיך גוט אויסרוען אין די באקוועמע בעטן.

* * *

פעסט פארווערד, די וואך איז פאריבער, העכער אלע ערווארטונגען. די רואיגקייט פון זיצן ביים וואסער אונטערן זון, אדער שפאצירן צווישן די ביימער מיט אן אנגענעמע ווינטל פון די בלעטער, אדער קריכן אויף הויכע אוואנטוריסטישע בערג, און די שווימען אין פריוואטע פול'ס, און אינדערצווישן אפאר גוטע מאסאדזשעס, און די דעלישעס עסן פון די דארטיגע רעסטוראנען, ווי פוד-מעיקס-די-מוד, האט איבערגעלאזט א הערליכן רושם אויף ביידע פון זיי, און וועט פארבלייבן יארן לאנג אין זכרון, און נאך לענגער אויף די בילדער וואס זיי האבן געכאפט.

זיי האבן אהיימגעברענגט א שיינע מתנה פאר זייערע ווייבער און קינדער, און אהיימגעקומען אויפגעפרישט מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין מיטן טאג-טעגליכן לעבן.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר