ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

הודעהדורך נח בער » זונטאג יוני 18, 2017 5:52 pm

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

פאפא.

יא, אין וויליאמסבורג איז דא א פאפא קהלה וואס דארף זיך מיט גארנישט שעמען פון דעם אמאליגן כעלם.

ס'איז דא גראדע צוויי פאפאס, וועלכע ווערן אנגעפירט דורך צוויי פון די קינדער פונעם פריערדיגן פאפא רב.

די חסידים גראדע לעבן גאנץ גוט צווישן זיך, אבער די צוויי פאפא רבי'ס קומען זיך נישט דורך.

עכ"פ די פארלאפענע וואך האט איין פאפא פאררופן א ריזיגן עצרת אין בארקלעיס סענטער, צו פראטעסטירן אויף א מכלומר'שטע גזירה אז מען כאפט בחורים אין מיליטער, א שקר וואס ווערט פארשפרייט דורך א ליטווישער קרייז אין ארץ ישראל וואס איז אין א בלוטיגן 'מי בראש' מלחמה מיט אן אנדערן ליטווישן קרייז, און האט פיפיג איינגעשפאנט די תמימות'דיגע פאפאנער אידן צו פירן די מערכה פאר זיי אין די ווייטע אמעריקע.

אבער וואס ווילסטו פון פאפא?

די כינוס איז געווען א מורא'דיגע הצלחה. די אנדערע פאפא זאגט אז ס'איז געווען אונטער צען טויזנט מענטשן, אבער די דאזיגע פאפא זאגט אז ס'איז געווען איבער פופצן טויזנט מענטשן. איך זאג אז ס'איז געווען צוואנציג טויזנט. פארוואס נישט? פעלט דען שוטים אין פאפא?

ביים כינוס האט מען געברענגט א בחורים-טרייבער אין ארץ ישראל און אים אויסגערופן אלס ראש ישיבה פון יענע און יענע ישיבה, און די פאפאנע שוטים זענען געווען עקסיידעט אז אפילו די יעניגע זענען שוין מודה אז דער רבי איז געווען גערעכט.

מען האט אויסגערופן אז דער ראש ישיבה וועט רעדן אין לשון הקודש מיט די אשכנזי'שע הברה, הגם, דער "ראש ישיבה" איז א ספרדי, פשוט ווייל פאר די פאפאנע שוטים איז שווער מסביר צו זיין דעם חילוק צווישן איווריט און לשון הקודש מיט די ספרדי'שע הברה, האט מען געמאכט דעם "ראש ישיבה" זיך ברעכן די ציין, און דער פאפא עולם איז געווען עקסיידעט אז מען רעדט נישט ח"ו ביי אונז קיין איווריט.

דער "ראש ישיבה" האט ווי א געניטער עקטאר געוויינט מיט זודיגע טרערן איבער בחורים וועלכע עקזיסטירן נישט. א טאג דערויף ווען ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים האבן די פאפאנער חכמים מסביר געווען אז באמת עקזיסטירן די בחורים יא, נאר מען האט געטוישט זייערע נעמען צוליב רחמנות. והא ראי' אז זיי עקזיסטירן יא, דא האט איר זייערע עכטע נעמען... און די פאפאנער שוטים האבן ניטאמאל באגריפן די איראניע. (דאס אז די בחורים, קינדער פון פרייע שטיבער, זענען נישט געכאפט געווארן נאר געגאנגען מרצונם הטוב אין מיליטער, דאס איז שוין געווען צו קאמפליקעיטעד פאר די פאפאנער אידן אריינצונעמען אין קאפ.)

אבער דאס איז נאכנישט אלעס. ביי דעם כינוס זענען געווען ריזן סקרינס דורך וועלכע מען האט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן כינוס. דער טשעירמאן האט זיך אויפגעשטעלט און דערקלערט מיט פאטאס אז די טרייפענע סקרינס האט גארנישט מיט אונז. דאס האט מען געמוזט טון צוליב סעקיוריטי, וכו', און דער פאפאנער ציבור האט דאס אפגעקויפט פאר גוט געלט, אפילו ווען אויפ'ן סקרין זענען די גאנצע צייט געלאפן לשה"ק ווערטער און אפילו אבינו מלכינו מיט שיר המעלות.

דער אנדערער פאפאנער ציבור איז געווען באבלאזן פונעם סוקסעס פון דעם פאפאנער ציבור. דער רעדאקטאר זייערער האט באשלאסן אז מען גייט ווייזן פאר די וועלט אז אונז זעמיר גרעסערע פאפאנער פון די אנדערע פאפאנער, און דאנערשטאג צופרי האט דער פאפאנער צייטונג געדרוקט אויפ'ן פראנט פעידזש א סעקס אפענדער-סטייל ליסט פון פארשידענע ראשי ישיבות מיט זייערע אדרעסן, אז די פאפאנער מאסן זאלן זיי טעראריזירן און הערעסן מיט פאפאנער בריוו במשך פון די קומענדיגע צוויי חדשים.

פארשטייט זיך אז די ליסט האט נישט פארמאגט די בילדער/אדרעסן פון גור (פון זיי האט מען מורא), בעלז און וויזניץ (שוואגערס) און חסידישע רביס וועלכע האבן סאך מער מיט'ן "מגיפת הגיוס" ווי די ניין פארקוועטשטע ראשי ישיבה, וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין שום פאליטישע פאוער. די ליסט האט אויך נישט אנטהאלטן די בילדער/אדרעסן פון די זעקס חברי הכנסת וועלכע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר יעדן דיעל צווישן די מדינה מיט די חרדים.

אבער די מערכת קענענדיג זייער גוט זיין פאפאנער עולם האט געוואוסט אז דער עולם וועט נישט כאפן אדער באגרייפן דעם חילוק, און אפקויפן אלעס וואס ער זאגט זיי, אזוי ווי זיי האבן אפגעקויפט ווען ער האט געדרוקט אויף די פאדערשטע זייט פון די פאפאנער צייטונג אז עס זענען געווען הונדערט טויזנט אידן ביים פראטעסט וואס די פאפא האט פאררופן מיט דריי יאר צוריק, און אזוי ווי זיי האבן אפגעקויפט זיינע כסדר'דיגע זיג-דערקלערונגען ביי די לעגאלע פייטס צווישן די צוויי פאפאס. בלויז מיט אפאר וואכן צוריק האט די זעלבע צייטונג געלאזט אויפהענגען א קנאות סיין ביי די הדלקה צערעמאניע וואס זייער פאפא רבי מאכט יערליך און נאכ'ן הדלקה דערקלערט קבל עולם ומלואה אז די הדלקה איז פאקטיש געווען א מאסן דעמאנסטראציע קעגן די מדינה איבער'ן גזירת הגיוס, און די פאפאנער פערדן האבן דאס אפגעקויפט.

*

איך קען מאריך זיין נאך סאך לענגער אבער די הענט טוען מיר שוין וויי.

איז יעצט לאמיך ענק יעצט געבן א דאוז פון רעאליטי: טייערע סאטמארער אידן, ס'איז אמת אז פאפא איז נאר די פערט-גרעסטע קהלה נאך די דריי סאטמארס אין וויליאמסבורג, זאלונים, אהרונים און בני יואל, אבער זיי זענען א הערליכע קהלה וואס האט זיך מיט גארנישט צו שעמען פון ענק סאטמארער אידן.

אויב ווילט עטס רעדן פון צמצום און פארמאכטקייט שטייגט עטס זיי איבער פי כמה. איך האב אויסגערעכנט בלויז עטליכע משלים פון איין וואך. אבער שוין צענדליגער יארן וואס כלל ישראל לאכט פון ענקער צמצום און פארמאכטקייט, איז אנשטאט לאכן פון אנדערע, קוקט אין שפיגל ווייל עטס זענטס א געלעכטער אין די וועלט

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

סאטמאר.
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:29 pm
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג יוני 18, 2017 6:23 pm

וועל איך מוזן ווערן אויס פאפאנער................
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 19, 2017 12:08 am

איך בין א סאטמערע אהרוני, האסט א פראבלעם דערמיט?
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג יוני 19, 2017 12:23 am

הייסט עס אז פאפא'נע שטעלן זיך אהער אלץ שוטים ווייל זיי ווילן פשוט נאכמאכן סאטמאר.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1818 מאל

Re: ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג יוני 19, 2017 1:36 am

סאטמער היינט צוטאגס איז דריי דשואקס ביינעזאם.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1703
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 19, 2017 2:31 am

נח בער: ייש"כ. דו האסט וואונדערליך אראפגעלייגט דעם מצב. און דער מעסעדזש האט הילוך'דיג אפגעקלונגען מסוף העולם ועד סופו. (כל הגולם נעשה כמדורה...!). אבער היות איך בין א שטיקל פאפא'נער (עכט. געוועזענער תלמיד) האביך א רעכט מיך א ביסל צו באליידיגן. מיין טענה איז פארוואס דו האסט גענוצט פאפא אלס משל...דו דארפסט טון א תשובת המשקל...! איך וועיס נישט וואס. דו דארפט דיך אדורכרעדן מיט אן ..."עהרליכן" איד. א העיליגן ..."צאדיק"...! ער זאלל דיר ארויסגעבן א תיקון טשיעווע...! ער איז שוכן כבוד דא נישט ווייט אין ראקלענד קאונטי. איין זאך. דו זאלסט נישט געין צו פריה (פאר עינס אזעיגער) ווייל דער צאדיק געיט אין די מינהאגעם פון זיין טאאטע. און דאאוונט אזוי פאר חצות. ס'העיסט צוערשט געיט ער אין מיקוועה. נאכדעים האט ער א ק'פעידעה צו טרינקען א קאווע פאר'ן דאאאווענען. און דערנאך איז ער אוכל כבוד, קאורן פלעיקס מיט מילעך...(ס'ארא סיגופים). נאכדעים טוט ער אן דעים קאלפיק און איז גרעיט אויפצונעמען דעם עוילעם (גוילעם)...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6459 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג יוני 19, 2017 1:03 pm

כ'בין געפערליך צעמישט, און כ'כאפ נישט פונקטליך וואס דא קומט פאר.
פון פאפא טאר מען נישט חוזק מאכן אלץ מענטשליכקייט? און דער שרייבער פון אשכול מיט אלע וואס לייקן אים זענען מענטשליכקייט אקטעוויסטן?
זעה איך גוט?
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 485
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1663 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 19, 2017 1:33 pm

שרייבן אן ארטיקל ארויסצוברענגען א וויכטיגע אמת'ע נקודה מיינט אז מ'איז אן אקטיוויסט? אמת אז דער ארטיקל מאכט חוזק פון סאטמאר, אבער ס'איז פשוט צו ווייזן ווי א סטעריאטיפ קען קלעבן אויף סאטמאר פונקט ווי אויף פאפא.
דער דעדליין פאר'ן קומענדיגן וועקער איז מאנטאג פרשת ויצא, ב' כסלו - ולמספרם, נאוועמבער 20. ווארט נישט אויפ'ן לעצטן מינוט!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1914
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 1:48 pm

ראובן האט געשריבן:שרייבן אן ארטיקל ארויסצוברענגען א וויכטיגע אמת'ע נקודה מיינט אז מ'איז אן אקטיוויסט? אמת אז דער ארטיקל מאכט חוזק פון סאטמאר, אבער ס'איז פשוט צו ווייזן ווי א סטעריאטיפ קען קלעבן אויף סאטמאר פונקט ווי אויף פאפא.

אפגעזען צו די עצם נקודה איז אמת, איז די כח פון אונזער פותח האשכול 'ליצנות' נעם אוועק זיין זאפטיגע שפראך און גוטע שריפט בלייבסטו מיט גארנישט.

צו עס איז דא א גזירה צו נישט איז דן צו זיין, אראפ צו שטעלן אן הנחה כאילו מען האט בין יום ללילה מחליט געווען אז איז דא א גזירה איז בלויז 'ליצנות'

אראפ צו שטעלן סאטמר חסידים אלס די גרעסטע מצומצמים און די מערסטע פארמאגט אין כדור הארץ חוץ די ליצנות איז דאס שקר גמור.

צו זאגן אז די גאנצע וועלט לאכט פון סאטמר אין די צייט וואס די 'היסטאריש' בריוו פון די חכמי מועצת באמעריקה איז געשריבן געווארן און די בריוו פון הגר''ד צו אדמו''ר מפשעווארסק צו זאגן אז די וועלט לאכט פון סאטמר איז ליצנות און שקר.

איך זעה נישט קיין שום שטריך צו די פאפא דשאוק.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 907 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג יוני 19, 2017 1:52 pm

אויפווייזן א סטעריאטיפ איז גוט אין פאליטיק אדער ביים ארויסברענגן א שוואכקייט פון א צווייטן וכו', אבער ווען די רעדע איז מענטשליכקייט/מדות וכדומה דארף מען דאס ארויסברענגן אויף א צווייטן אויפן.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 485
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1663 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm

ער מיינט דען חוזק צו מאכן פון סאטמאר אלס נערנים וואס מאכט עטץ ענק נאריש

יעדער זוכט ארויס צו ברענגען זיינע געדאנקן אויף זיין אופן און נח בער א אנטי סאטמארער האט עס ארויס געברענגט אויף זיין אופן וואס ווערט עטץ אזוי דיפענדעד געטס א גוטע לאך און גייטס ווייטער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יוני 19, 2017 2:53 pm

[quote=עמעזאן"]
צו זאגן אז די גאנצע וועלט לאכט פון סאטמר אין די צייט וואס די 'היסטאריש' בריוו פון די חכמי מועצת באמעריקה איז געשריבן געווארן און די בריוו פון הגר''ד צו אדמו''ר מפשעווארסק צו זאגן אז די וועלט לאכט פון סאטמר איז ליצנות און שקר.

איך זעה נישט קיין שום שטריך צו די פאפא דשאוק.[/quote]
סתם להערה בעלמא: צולייגן קאמעס פאר און נאך די ווארט ׳היסטאריש׳ מאכט דאס נישט מער היסטאריש, ערנסט גערעדט מיט אויפריכטיגע אויגן איז די בריוו גארנישט היסטאריש, מען האט מעורר געווען די מועצת דא אויף א פראבלעם וואס איז לכאורה דא און זיי האבן מיט א התבטלות געשיקט א בריוו צו הערן הכצעקתה, דאס איז א רוטינע פראצעדור וואס פלעגט און ווערט נאך אלס כסדר געטוהן ביי דברים העומדים על הפרק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3805
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4598 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 2:57 pm

אין פאקט איז קיין בריוו וואס דו רופסט אן רוטין נישט געווען פאר די גאנצע מדובר פון כנוס הרבבות און ארום

עס לאזט זיך זאגן אז דאס איז שוין גאנישט אזוי רוטין

וואס דענקסטו ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג יוני 19, 2017 3:06 pm

געוואלדיג האט געשריבן:ערנסט גערעדט מיט אויפריכטיגע אויגן איז די בריוו גארנישט היסטאריש, מען האט מעורר געווען די מועצת דא אויף א פראבלעם וואס איז לכאורה דא און זיי האבן מיט א התבטלות געשיקט א בריוו צו הערן הכצעקתה, דאס איז א רוטינע פראצעדור וואס פלעגט



איר רעדט פון מציאות'ן ?
איך דענק נישט דאס אין די לעצטע 30 יאר
איר געדענקט יא ?
איש את רעהו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1848
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יוני 19, 2017 3:08 pm

האסטו בכלל עפעס זכרונות פון די מועצת די לעצטע 30 יאר? יעצט איז עס געווען א פאליטישע טעמע ווייסטו פון דעם
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3805
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4598 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג יוני 19, 2017 3:11 pm

זכרנו ימים מקדם ווען עס פלעגן זיין אזעלכע ארטיקלן אין קאווע שטיבל, שוין לאנג נישט געווען אזא גוטס

נח בער איך האב מיך נישט באגענונג מיט'ן לייק הענטל, איך האב עס געמוזט ארויסשרייבן
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 414
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 3:14 pm

ביסט גערעכט עס איז פארהאן א בריוו פון ר' משה פיינשטיין נאכדעם וואס התאחדות האט עם אנגעדרייט.

קודם שרייבט ר' משה אז התאחדות זאגט אז עס איז דא א פראבלעם. דא שרייבן די רבנים אז זיי האבן עס מברר געווען.

און די יעצטיגע פאל האבן זיי גוט געוויסט אז עס איז א קאנטערוועשיל נושא און די מועצות אין אר''י האלטן אז עס איז נישט א פראבלעם און אעפ''כ האבן זיי געשריבן די בריוו.

און אפי' נאך די קאלטע ענטפער פון די מועצת אז ביטע מישט דיר נישט אריין אין מיינע געשעפטן... האט זיך ר' אהרן פעלדמאן און ר' אהרן שעכטער צוגעשטעלט צו די סאטמורים ביי די כינוס.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 907 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 3:17 pm

שעכטער און פעלדמאן זענען אויערבאך חברה דעס איז נישט קיין תמי'

אבער קוטלער מיט נומינסק דוכט זיך זענען נישט דוקא אויערבאך מענטשן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג יוני 19, 2017 3:39 pm

הרב קאטלער איז יא
נעבעך אלע זענען פארכאפט אין דעם הרב אויערבאך ציונות, א ווינדער מען זעהט נעבעך אויס אזוי
איש את רעהו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1848
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מאנטאג יוני 19, 2017 4:48 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:אויפווייזן א סטעריאטיפ איז גוט אין פאליטיק אדער ביים ארויסברענגן א שוואכקייט פון א צווייטן וכו', אבער ווען די רעדע איז מענטשליכקייט/מדות וכדומה דארף מען דאס ארויסברענגן אויף א צווייטן אויפן.

שלום, דאונט טעלל מי אז די ביסט א פאפענער?.אויב די קומסט ארויס פון די קלאזעט האסטו ריינגעוואשן פאפא איינמאל פאר אלעמאל. אין כמוך!
Anything that explains everything also explains nothing.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 19, 2017 9:49 pm

גאנצל האט געשריבן:ער מיינט דען חוזק צו מאכן פון סאטמאר אלס נערנים וואס מאכט עטץ ענק נאריש

יעדער זוכט ארויס צו ברענגען זיינע געדאנקן אויף זיין אופן און נח בער א אנטי סאטמארער האט עס ארויס געברענגט אויף זיין אופן וואס ווערט עטץ אזוי דיפענדעד געטס א גוטע לאך און גייטס ווייטער

גאנצל: פסיכאלאגיש גערעדט איז דער כינוס הרבבות א מקור פאר שטאלץ פאר די אלע סאטמאר'ע זאלוני חסידים. און ס'קוקט אויס ווי מ'פארגינט עס זיי נישט. איך פארגין זיי עס מיט'ן גאנצן הארץ. ווען איך וואלט געווען מיט א 20 יאר יונגער וואלט איך מסתמא אויכעט געגאנגען. דזשאסט פאר נייגעריגקייט און פאר אינטרעסאנטקייט. איך האב שוין דערמאנט אויף אנ'אנדער פלאץ אז אויב קרויס וואלט דעמאנסטרירט א ניי שטריימל אדער דזשי & דזשי א נייע בעקישע וואלט איך אויך געגאנגען. ומשנה לא זזה ממקומה. אז אונזער רבי האט געטון די ריכטיגע זאך. ער האט נישט געהאלטן אז אידישקייט איז אין א סכנה. ס'איז א זעקת שוא. ממילא איז ער נישט געגאנגען...!. כ'מיין צו זאגן אז אידישקייט אין ארץ ישראל איז אייביג אין א סכנה. מ'דארף שטיין על המשמר אז די ערליכע אידן זאללן בלייבן ערליכע אידן. אבער ס'איז נישט פלוצלינג געווארן א גרעסערע סכנה ווייל הרב אויערבאך שליט"א האטציך דערמאנט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6459 מאל

הודעהדורך אניהקטן » מאנטאג יוני 19, 2017 11:46 pm

הערליך ארויסגעברענגט!

און ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, נח בער האט נישט געמיינט חוזק צו מאכן פון סאטמאר, נאר צו ווייזן פאר די סאטמארער וואס מאכן חוזק א גאנצן טאג פון פאפא אז פון זיי קען מען פונקט אזוי חוזק מאכן.

פאפא האט נישט וואס זיך צו שעמען פון סאטמאר. זיי קומען פון די זעלבע מדינת הגר און שעירן די זעלבע DNA. וואס דען? זיי זענען קליין אין כמות, און דערפאר לאכט סאטמאר פון זיי, וואס איז פאר זיך אליין קינדיש.

"איך בין סאך גרעסער ווי דיך, פע פע פע פע."

עפעס אזוי.
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יוני 19, 2017 11:53 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:כ'בין געפערליך צעמישט, און כ'כאפ נישט פונקטליך וואס דא קומט פאר.
פון פאפא טאר מען נישט חוזק מאכן אלץ מענטשליכקייט? און דער שרייבער פון אשכול מיט אלע וואס לייקן אים זענען מענטשליכקייט אקטעוויסטן?
זעה איך גוט?

איך האב אים אויך געלייקט, ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי סאטמאר וואלט ווען געקענט חוזק געמאכט פון פאפא ווען דער מצב שפילט זיך אפ ביי זיי.

לאמיתו של דבר, פאפא בלייבט ווייטער פאפא, גארנישט טוישט זיך נישט...
איסר האטלקי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 20, 2017 12:22 am

איסר האטלקי האט געשריבן:לאמיתו של דבר, פאפא בלייבט ווייטער פאפא, גארנישט טוישט זיך נישט...

און אזוי אויך וויזניץ, באלחוב, סלבודקה, מחניבקע, ווער טוישט זיך?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8373 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 21, 2017 10:16 am

איך האב אמאהל געהערט אז פאפע איז... וויליאמסבורג איז פא, און בורו פרק איז פע
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 721 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט