מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:07 pm

הא גופא קושיא, וואס איז פשט פון אזא סעלפישקייט פון עניי עירך? ווייל דער ארעמער אפריקאנער איז געבוירן עטליכע טויזנט מייל אוועק פון די רייכע ניו יארק איז דא עפעס א הגיון אז איך זאל ענדערש צושטעלן אומזיסטע וואוטשערס פאר די היזיגע ווי איידער רייניגען די פארפעסטעטע וואסער אין אפריקע?
וואס איז די פשט פון עניי עירך קודמין?

און בכלל אויב די גאנצע עוולה איז נישט מער ווי עניי עירך דארף מען נישט באטראכטן איינער וואס לאזט זיין הונט פארציקן אן אומשולדיג אינגעל אויפן גאס, ערגער ווי איינער וואס שיקט ענדערש געלט אויף אפריקע ווי איידער פאר די לאקאלע היימלאזע. שטימט?

אישתישבי האט געשריבן:יעקב מענטש
האסט געשריבן
ניין! דאס קומט פון כפירה, ער איז העלל בענט אז א יעדע זאך ברויך האבן א סייענטיפישן הסבר


איז די גלייבסט אין אלע מעשיות וואס מען פארציילט פין פישטי רבי? איך וואלט נישט אנגענומען אז די מאכסט דיר פאר א כופר!!!


ערעב איד, איר ברויכט נישט מער ווי לייענען מיינע תגובות פארן רעאגירן.

איך האב שוין עטליכע מאל באטאנט אז נישט יעדע מעשה מוז זיין אמת, און איך ווייס נישט פון אזא חיוב מדאורייתא אדער מדרבנן וואס זאל איינעם מחייב זיין צו גלייבן אז עני ספעציפישע מעשה איז אמת. איך האב זיך בעיקר באצויגן צו די מענטשען וואס האבן א פראבלעם משלים צו זיין מיט די מציאות אז מופתים קענען געשעהן.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 762 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 6:16 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:הא גופא קושיא, וואס איז פשט פון אזא סעלפישקייט פון עניי עירך? ווייל דער ארעמער אפריקאנער איז געבוירן עטליכע טויזנט מייל אוועק פון די רייכע ניו יארק איז דא עפעס א הגיון אז איך זאל ענדערש צושטעלן אומזיסטע וואוטשערס פאר די היזיגע ווי איידער רייניגען די פארפעסטעטע וואסער אין אפריקע?
וואס איז די פשט פון עניי עירך קודמין?

און בכלל אויב די גאנצע עוולה איז נישט מער ווי עניי עירך דארף מען נישט באטראכטן איינער וואס לאזט זיין הונט פארציקן אן אומשולדיג אינגעל אויפן גאס, ערגער ווי איינער וואס שיקט ענדערש געלט אויף אפריקע ווי איידער פאר די לאקאלע היימלאזע. שטימט?



קיינער האט דיך נישט געהייסן שיקן געלט נישט פאר הונגעריגע קינדער אין אפריקע און נישט צו ראטעווען די הערשן, טיגארס, עלעפאנטן, און באנאבאס.

סאיז זייער פשוט:
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.

סהאט צוטוהן מיט די מענשטס יוכלת, זיינע מעגליכקייטן, איינער וואס האט ווייניג דארף נאר געבן פאר זיינע קינדער און גאר נאנטע, די שאלה הייבטס זיך אן ווען מהאט עקסטערע מיליאנען און ביליאנען.

יעדער פארשטייט: אז א מענטש ״דארף״ זיך קודם אומקוקן אויף ״זיינע ארומיגע״ און אז ער האט גענוג געלט דארף ער געבן פאר זיין משפחה קודם-זיינע קינדער-זיינע עלטערן.

אויב איז ער אביסל מעהר בעלעבטיש און ער האט אביסל איבריגע פאר טאללער, וואלט מען ערווארטעט ער זאל שיקן פאר זיינע קרובים קיין ארץ ישראל אויך אפאר טאללער פאר די ארימע פעטער אין בית שמש.

וואס איז די הלכה מיט איינער וואס האט גאר אסאך געלט א שטייגער ווי די פילינטראפן, ביל געיטס, ווארען בופעט, מארק צוקערבערג. זיי האבן דאך גענוג און נאך געלט צו שטיצן אלע זייערע דריטע קאזינס אויך- דעמאלטס הייבט זיך אן די פראגע

זאל ער געבן פאר אפריקע אדער פאר וויילדלייף?

לכאורה זאג איך אז אונז דארפן קודם אינזין האבן אונזער אייגענע ספישי און מ׳דארף טאקע העלפן וויפל מקען די בעלי חי׳ אויך. אבער מענטשען זענען דאך נענטער צו אונז ווי בעל חי׳ האלט איך אז מענטשען וואלטן געדארפט זיין קודם. ווער ס׳האט א בעסערע סברא קען מיך אפפרעגן-אדרבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 3:57 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5224
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3086 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:55 pm

מארי היובערפעלד די שותף פון דוד באדנער אין די פלעטניום העדזש פאנד גרופ איז אין די לעצטיגע טעג דורך א שווערע משפט, ווי ער איז אומגלויבלעך ארויס זכאי בדין.

אצינד ווערט באקאנט אז נאכדעם ווי עס איז נתפרסם געווארן די מעשה פלא פון רבי מענדל זיידנפעלד מיט ריבניצע רבי, און איבער די מטבע וואס דער רבניצער האט אים בשעתו געשאנקן, האט מארי היובערפעלד פארבעטן ביי רבי מענדל צו נוצן אט די מטבע, און די מטבע איז טאקע געווען אנוועזנד אין געריכט.

אויף די בילדער ווערט געזעהן מארי היובערפעלד מיט רבי מענדל זיידנפלעד און הגאון רבי דן סג״ל פראווען צוזאמען א סעודת הודאה
C/p
בייגעלייגטע פיילס
9FC39C68-507C-4A37-A7CC-872746C25C1C.jpeg
FC518233-CE6E-4A49-80F5-6982A4B88146.jpeg
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1725 מאל

Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:50 am

אינטרעסאנט, דוד באדנער איז באקאנט אז ער רירט זיך נישט אן ר׳ דן סג"ל, און זיין גאנצע פארמעגען איז גאר א מופת פון ר׳ דן (יעצט ווייס איז שוין נישט וואס זיי זאגען). און יעצט זאגסטו אז עס איז גאר דער ריבניצער. דארף מען יעצט וויסען וויפיהל נאך קמיעות, סגולות, סעודת עניים׳ס, קבלות טובות, פאראכצען און גוטע אידען קענען דא נעמען דער קרעדיט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6787 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:55 pm

וועלכער איז זיידענפעלד?


@שבת אחים

איך פרוביר דיך נישט אפצופרעגן, איך פרוביר נאר צו 'פארשטיין' דיין מהלך המחשבה, צו מיר קוקט אויס היבש אבסורד אז דער בעל חי האט די זעלבע רעכטן ווי א מענטש, און מיין איינציגע אפהאלט צו פון געבן צו עסן אן אומשולדיג אינגעל פאר מיין הונט איז בסך הכל א פראבלעם פון 'קדימה', 'עניי עירך' וכו'


- לשיטתך - קען זיין אין א מיליארד יארן פון איצט וועט שוין די וועלט זיין מער פארגעשריטן און מ'וועט לאזן קיען שטימען אין די פרעזידענטליכע וואלן, און מעגליך גאר אז מ'זאל זיי געבן צו עסן מענטשען פלייש פאר רעפערעישאנ'ס נוסח על שארפטאן.

ביזדערווייל בין איך מער אינטערסירט צו לעבן אינעם הוה, ווי א מענטש איז א מענטש און א בעל חי' איז א בעל חי'
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 762 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 1:31 pm

דער אינטרנט זאגט אז ער איז נישט באפרייט געווארען גענצליך נאר א mistrial און ער איז גארנישט פארזיכערט. עי' כאן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6787 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 5:19 am

יעקב מענטש האט געשריבן:וועלכער איז זיידענפעלד?


@שבת אחים

איך פרוביר דיך נישט אפצופרעגן, איך פרוביר נאר צו 'פארשטיין' דיין מהלך המחשבה, צו מיר קוקט אויס היבש אבסורד אז דער בעל חי האט די זעלבע רעכטן ווי א מענטש, און מיין איינציגע אפהאלט צו פון געבן צו עסן אן אומשולדיג אינגעל פאר מיין הונט איז בסך הכל א פראבלעם פון 'קדימה', 'עניי עירך' וכו'


- לשיטתך - קען זיין אין א מיליארד יארן פון איצט וועט שוין די וועלט זיין מער פארגעשריטן און מ'וועט לאזן קיען שטימען אין די פרעזידענטליכע וואלן, און מעגליך גאר אז מ'זאל זיי געבן צו עסן מענטשען פלייש פאר רעפערעישאנ'ס נוסח על שארפטאן.

ביזדערווייל בין איך מער אינטערסירט צו לעבן אינעם הוה, ווי א מענטש איז א מענטש און א בעל חי' איז א בעל חי'


כהער וואס איר זאגט.
אבער ווי קומסטו אן פון נישט רצחנן קיען ביז זיי לאזן וואוטן? קיינער זאגט נישט אז מזאל זיי אריינעמען אין אונזער סירקלס און אין אונזער סאסייעטיס, וואס מזאגט איז אז מזאל זיי לאזן לעבן און זיי נישט פייניקן.זיי האבן אויך געפילן.

איז דא א בעסערע אשכול פאר דעם, קען מען דארט ממשיך זיין. איך מאך דאך דא פליישיג דעם ריבניצער אשכול... :דיסלייק:
א געוויסע שבת האבן די תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין געפירט א לאנגע באטע און געזינגען ווארימע זמירות. נאכן באטע האט זיך הגה״ק ר׳ מאיר שפירא זצ״ל אנגערופן צו די תלמידים: ״יישר כח איך האב געשפירט א טעם מעין פון די קדושה פון א טיש ביים הייליגען צדיק [הסב״ק] פון וויזניץ״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5224
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3086 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 5:33 am

שבת אחים: יא. אבער ער (יעקב מענטש) זאגט דאך אויכעט נישט אז מ'זאלל שוין לאזן קיען וואוטן. נאר ערשט אין א מיליארד אדער צוויי יאר ארום. ווארט צו מיט געדולד. דו וועסט עס זיכער דערלעבן. ווייל די ענווייראמענטאליסטן וועללן דאך אפהיטן די ערז אז ס'זאלל ח"ו נישט חרוב ווערן אין די נעקסטע פיר מיליארד יאר. חוץ אויב גלאובל ווארנינג (אדער ווארמינג) וועט עס נישט פארברענען ביז דאמאלס. ווער ווייס. טראמפ איז שולדיג אין דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:32 pm

אין דער יתד נאמן די וואך, האבען זיי פארציילט אזא מעשה.

איינער מיט די נאמען מענדעל איז א נדבן צו די לב אחים ארגאניזאציע און וטען ער פארט קיין א"י, באזוכט ער די מוסדות דארט. די עסקנים מאכען זיכער פאר איהם צוצושטעלען וואס ער וויל, און ער האט געבעטען אז מ׳זאל איהם אריינלאזען צו ר׳ חיים קנייבסקי. מ׳האט געטוהן און געפועל׳ט ביי די אייניקלאך די שומרי הפתח, און מ׳האט געמאכט א צייט ביי נאכט דארט אריינצוגייען.

ווען מ׳איז אנגעקומען אהין, האט דער אייניקעל זיך אנטשולדיגט אז ר׳ חיים האט זיך נישט גוט געפיהלט און ער האט זיך שוין צוגעלייגט. דער נדבן האט זיך געבעטען ביי איהם, ווייל ער פארט שוין צוריק אין אמעריקא. דער אייניקעל האט געמאלדען אז ער זאל שרייבען זיין בקשה אויף א קוויטעל, וואס דער אייניקעל וועט אריינברענגען. דער נדבן האט געשריבען זיי בקשה און זיך געחתמ׳ט מיט די נאמען ׳מנחם מענדל בן אלישבע׳. דער אייניקעל האט איהם איבערגעפרעגט ׳איהר הייסט מנחם מענדל?׳. זאגט ער ׳יא׳. די התפעלות פון דער אייניקעל איז געווען עד אין לשער.

עס קומט אויס אז ר׳ חיים האט יענער נאכט אפאר מאל געפרעגט צו א איד מיט׳ן נאמען מנחם מענדל איז געקומען. מ׳האט נישט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט. מ׳האט געפרעגט דער מענטש און זיין שמשים ׳ר׳ חיים האט געוואוסט אז דו קומסט?׳
׳ניין׳.
ויהי לפלא.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6787 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:30 am

ליטוואק פון בודאפעסט: איך גלייב באמונה שלימה די מעשה 100%. אבער ווען מ'פארציילט אזא מעשה אויף שינאווער רב אדער אויפ'ן אלטן סאטמאר'ער רב ר' יואל, לאכסטו דיך אויס פון דעים...וואס ס'איז דא כמה מעשיות אזעלכע ביי ביידע צדיקים. ..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 7:35 am

ווער זאגט דיר אז איך לאך נישט אויף די מעשה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6787 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:24 am

ר' חיים איז שוין אלט, ער ווארט אדער אויף רב שך אדער אויף דער ליבאוויטשער רבי.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 11:48 am

שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איה״נ. איך האב טאקע זייער רחמנות אויף די בעל חיים. און טאמער עס איך פלייש פיל איך שלעכט און אין מיין געוויסן פיל איך ווי איך באגיי ״א אומרעכט״.

פארוואס?!?
אנדערע בעל חיים פילן נישט אז זיי באגייען אן אומרעכט ווען זיי עסען דיך!


קודם כל,
די בעלי חי׳ וואס עסען אנדערע בעל חי׳ זענען דאך טאקע ״חיות״ אן קיין consciousness.
...
...
דריטענס:
וועלכע חי׳ הארגט מענטשען? כמעט קיינער נישט. דא דארטן, אבער וואס פארגלייך איז דאס וואס מיר טוהן צו חיות? מיר טעסטן אלע קרענק אויף זיי, מיר ניצן זיי אויס פאר אלע אונזערע בענעפטין, איך וויל גארנישט האבן מיט דעם צוטוהן. איך האלט נישט פון דעם.

מה זה consciousness???

דאס איז סך הכול א מיסטעק וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
און איז זיכער גארנישט מחייב!
don't fall for it

די לייב טוט די בעסטע וואס ער קען, צי פרעזערווען זיך - אז ער עסט נישט קיין מענטשן איז ווייל ער בענעפיט נישט פין דעם, איז עסט ער אנדערע בעלי חיים, איז וואס? פארדעם האט ער בא דיר קרעדיט?

פארוואס זאל נישט דער מענטש טון די בעסטע וואס ער קען צי העלפן די homosapien
פארוואס נישט ניצן אלע סארט מיטלען וואס מיר קענען נאר, די לייב האט זיין ציין פאר זיין tool און די האסט שכל פאר דיין tool
נאך אלעם איז דאס די law of the jungle
"סערווייוועל אף די פיטעס" האט אינז געברענגט ביז אהער, פארוואס זאלסטו ברעכן די קייט און יעצט סטאפן
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:16 pm

כ'מיין די פארענטפערסט דיין קשיא אליין.

ווייל נאר די פיטעסט לעבען איבער, דארף ער אנהאקען די גאלדענע קייט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:11 pm

אישתישבי האט געשריבן:כ'מיין די פארענטפערסט דיין קשיא אליין.
ווייל נאר די פיטעסט לעבען איבער, דארף ער אנהאקען די גאלדענע קייט.

פיטקייט איז ווער עס קען בעסער אויפעסען דעם צווייטען
פיטקייט איז ווער עס קענען בעסער צינעמען די עסען פין א צווייטען
די שוואכע שטארבן נעבעך אויס.
די ווילסט טוישען די ראלס פין געם אינמיטען שפילן?

די וועג וואו אזוי מיר וועלן עס איבערלעבן איז אויב מיר וועלן ניצען אינזער - פיט-קייט (שכל) צי שטודירען די מייז מיט די ראטען אלס גיני-פיגס
אלס אלס כדי צי שטיפן פאראויס אינזער gene אדער אינזער ארגעמיזעם

גארנישט ביז היינט איז געטון געווארן כדי צי זיין שיין פאר א צווייטען אויפן חשבן פין זיך - עיין The Selfish Gene
די איידעלע נשמות זענען שוין לאנג נישט דא, זיי זענען אויפגעגעסן געווארן דארך די saber tiger
נישט אזוי ?

אין א יעדען פאל, פארוואס מאכן אן עסק פין consciousness ווען מארגן וועט דאס ווערן איבערגעשריבן צי עפעס אנדערש
ס'איז וואו געניימען א סטיל פין א מאווינג טארגעט, און עס פאטרעט בכלל נישט עפעס אן אנדערלייאינג אמת
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 3:29 pm

הקטן: אנטשולדיגט. וואס האט די גאנצע פילאזאפישע שקלא וטריא דא צו טון מיט דעם ריבניצער רבי'ן און זיינע מופתים און רוח הקודש...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 3:57 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: יא. אבער ער (יעקב מענטש) זאגט דאך אויכעט נישט אז מ'זאלל שוין לאזן קיען וואוטן. נאר ערשט אין א מיליארד אדער צוויי יאר ארום. ווארט צו מיט געדולד. דו וועסט עס זיכער דערלעבן. ווייל די ענווייראמענטאליסטן וועללן דאך אפהיטן די ערז אז ס'זאלל ח"ו נישט חרוב ווערן אין די נעקסטע פיר מיליארד יאר. חוץ אויב גלאובל ווארנינג (אדער ווארמינג) וועט עס נישט פארברענען ביז דאמאלס. ווער ווייס. טראמפ איז שולדיג אין דעם...!

איז ער דאך גערעכט, טראמפ האט נישט געווינען
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 12:32 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מופת מיינט אויפווייזען, פשוט פירוש המלות.
דער רמב"ן איז אין פרשת ויגש.
דער בריסקער רב איז מפי השמועה, הרב יוסף ליס פלעגט עס איבערזאגען. מסתמא אין די ליקוטים השמו איז עס געדרוקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך האב דא א לינק צו די ווערטער פון הרב יוסף ליס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6787 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:29 pm

ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:37 am

דער ליובאביטשער רבי וואונדערט זיך אויך וואס דער ריבניצער האט געהאט צו פארקויפן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6824 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6071 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 2:11 am

הוגה האט געשריבן:דער ליובאביטשער רבי וואונדערט זיך אויך וואס דער ריבניצער האט געהאט צו פארקויפן.


קיוט קליפ. אבער לאו דוקא ער ווינדערט זיך אויפ'ן ריבניצער. ער ווינדערט זיך אויפ'ן חסיד פארוואס ער האט גארנישט נאך צו זאגען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:59 pm

וואלווי: ייש"כ. דו האסט זייער גוט מדייק געווען. איך האב מיך אויכעט געוואונדערט אז דער קליפ איז גארנישט מן העניין וואס הוגה וויל זאגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 2:01 am

איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט די irony פון די קליפ, אז נאך וואס דער רבי מאכט קלאר אז מאכן מיט די הענט איז גארנישט ערשט דעמאלטס זעט מען די צווייטע האלב קליפ ווי ס'הייבט זיך אן די הענט מאכעריי...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 6:21 pm

וואלווי האט געשריבן:איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט די irony פון די קליפ, אז נאך וואס דער רבי מאכט קלאר אז מאכן מיט די הענט איז גארנישט ערשט דעמאלטס זעט מען די צווייטע האלב קליפ ווי ס'הייבט זיך אן די הענט מאכעריי...

געוואלדיגע נקודה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 820
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 380 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 7:56 pm

shem-tov האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט די irony פון די קליפ, אז נאך וואס דער רבי מאכט קלאר אז מאכן מיט די הענט איז גארנישט ערשט דעמאלטס זעט מען די צווייטע האלב קליפ ווי ס'הייבט זיך אן די הענט מאכעריי...

געוואלדיגע נקודה


אבער לאו דוקא א ריכטיגע נקודה, ווייל דער ערשטער האט געקעקעצט מיט די הענט און דער רבי האט גענוצט די הענט כדי מחזק זיין זינגען, עכ"פ א נקודה בדרך צחות...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט