הכנה דרבה פאר'ן וועקער לכבוד פסח תשע"ח (#12)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הכנה דרבה פאר'ן וועקער לכבוד פסח תשע"ח (#12)

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יאנואר 31, 2018 6:04 pm

יעדן טאג באקומען מיר פרישע בריוו און רעאקציעס אויפ'ן וועקער, און ס'איז באמת א קידוש ה' צו זען די ווארימקייט וואס דער ציבור האט פאר אונזער אויסגאבע. ווי אונזער לייענערשאפט ווערט פארגרעסערט פון נומער צו נומער, באקומען מיר אויך רעאקציעס אויף פריערדיגע נומערן וואס נייע לייענערס האבן ערשט יעצט איינגעקויפט. עס איז אינטערעסאנט אז טראצדעם וואס מיר האבן שוין ארויסגעגעבן 11 הערליכע אויסגאבעס זענען נאך דא אזויפיל פאטענציעלע לייענער וועלכע האבן נאך נישט געהערט פון אונז. דאס מיינט אז נישט נאר וואס מיר קענען קוועלן פון דער לייענערשאפט וואס האלט אין איין וואקסן, נאר עס איז נאך דא אזויפיל מער וואו צו וואקסן.

טאקע דערפאר האט ידידינו @דער גאלדענער אדלער אונטערגענומען אן איניציאטיוו אז אידן וואס האבן נאך נישט געהערט פון אונז זאלן וויסן וועגן דעם וועקער. ווי מיר האבן געשריבן אין דער הקדמה פון וועקער נומער 8, איז אונזער ציל נישט צו טרעטן אויף די הינעראויגן פון די וואס זענען קעגן דעם געדאנק פון אזא אויסגאבע ווי דעם וועקער. עס זענען ב"ה פאראן טויזנטער וואס סימפאטיזירן מיט אונז, און קוועלן פון יעדן וועקער, און עס זענען פאראן נאך טויזנטער וואס דארפן נאר הערן פונעם וועקער פון גוטע פריינט וואס וועלן זיי מזכה זיין דערמיט -- צו זיי ווילן מיר אנקומען.

כ'גלייב אז רוב עולם האט נאך נישט עספיעט צו ענדיגן לייענען אלע 178 רייכע זייטן פונעם ווינטער וועקער, אבער דא אין דער רעדאקציע גרייט מען זיך שוין פאר'ן וועקער לכבוד פסח הבעל"ט. פארוואס זאג איך דאס אייך? אז איר זאלט וויסן. און פארוואס דארפט איר וויסן? ווייל מיר ווילן אז אייער ארטיקל זאל ערשיינען אינעם הערליכן פארגרעסערטן פסח וועקער ברוב פאר והדר, וואס אנטשפרעכט ווידעראמאל צו איבערראשן יעדן וואס שעצט קוואליטעט לייען מאטעריאל.

דער דעדליין פאר'ן פסח וועקער איז ד' אדר, ולמספרם פעברואר 19. זעט אריינצושיקן אייערע הערליכע ארטיקלען אין צייט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1997
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:45 pm

כ'האב בטעות געשריבן אפדעיטס אינעם ראנג אשכול.

רבותי, דער פסח וועקער ריקט זיך מיט גרויסע טריט פאראויס! עס זענען שוין אריינגעקומען העעעערליכע ארטיקלען וואס וועלן זיין דעם געשפרעך פונעם יו"ט. אבער דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען ריקט זיך נענטער. שיקטס אריין ענקערע ווערק ביז נעקסטע וואך מאנטאג, ד' אדר.
די ארטיקלען דארף מען שיקן צו: vekerjournal@gmail.com
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1997
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג פעברואר 18, 2018 11:24 am

מחר יהיה האות הזה!

רבותי, שיקטס אריין אייערע ארטיקלען אין צייט פאר'ן הערליכן פסח וועקער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1997
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט