וועלקאם בעק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וועלקאם בעק

הודעהדורך קומזיץ » פרייטאג יולי 06, 2018 1:42 pm

מורי ורבותי עס מאכט זיך אסאך מאל אז א אקטיווע געשמאקע ניק ווערט פלוצים פארשווינדען אן איבערלאזן שפירען און עס שאפט א חלל דא און שטיבל , אונז וויל מיר נישט עס זאל געשעהן האמיר שוין געפענט א "פארשווינדענע ניק" אשכול צוריק צו שלעפען די פארלוירענע ,
אבער עס העלפט א הויקער ,
האב איך געטראכט מ'האט שוין פרובירט מיט בייזן מ'ווערט קאטעגאריזירט אלץ פארשווינדענעם
אבער אן קיין סוקסעס..
לאמיר פרובירן מיט גיטן , עס מאכט זיך אמאל אז א פארשווינדענעם פאלט דא אריין מיט א תגובהל'ע לאמיר אויסניצען די געלעגענהייט און עם אויפנעמען מיט ביידע הענט אפשר וועט ער פארבלייבן דא פאר א וויילע,

איך וועל אנפאנגען מיט די מייסטער שרייבער "שלום שטיסל"
ויהי כחצות הלילה און פון א אינטער טירל האט זיך באוויזן א געשטאלט ער האט געמיינט מ'וועהט נישט באמערקען.. שלום!! וועלקאם בעק ווי אלל מיססעד יא
נעמט די פעדער און היינט
און די שטיבל ווערט ווערן באשיינט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קומזיץ אום פרייטאג יולי 06, 2018 5:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 06, 2018 1:49 pm

קומזיץ: ייש"כ. די שאלה איז נאר ווען הייסט מען א פנים חדשות (אדער אפשר א פנים חלשות. נישט ח"ו ווי דער מנוול ומוכה שחין, חיימ'קע שאולזאן.). נאכ'ן פעילן א וואך, 2 וואכן אדער א חודש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7801 מאל

הודעהדורך קומזיץ » פרייטאג יולי 06, 2018 2:41 pm

דאס קען יעדער מחליט זיין לויט זיינע געפילען נאך וועם ער בענקט זיך
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך קומזיץ » זונטאג יולי 08, 2018 2:22 pm

ועל השנות החלום.. אינמיטן די הילכיגע גערויש יעדער פרובירט איבערצושרייען דעם צוויטען ,א צוויטער פרובירט צו ציען אויפמערקזאמקייט מיט א אויסגעדראשענע וויץ א דריטער שפילט ווי דער קאלטער אויפגעקלערטער וואס גארנישט בארירט עם נישט ,
שטייט א צוקוקער און טראכט וואס די העק טוה איך דא מיין פלאטץ איז נישט דא , מיין ריכטיגע פלאטץ און צווישן מיינע ווירטואלע חברים ווי טאלאנט און חכמה איז רעספעקטירט ,
שטילערהייט שלייכט ער זיך ארויס פון צווישן די פארזאמעלטע און מיט "געוואגטע" שריט נעמט ער ארויס זיין סמארטפון און קערט זיך צוריק צום כמעט פארגעסענעם שטיבל און שרייבט
"די געים זייגט" ,
געוואגטער וועלקאם בעק!! ביטע מאכט אייך באקוועם און זייט מהנה די חברים דא, די שטיבל דא זייגט אויכעט אן דיין הערליכע ארטיקלען , !!!we want more
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך תנחום » זונטאג יולי 08, 2018 6:55 pm

@מאטי איז דא אריינגעפאלן. נו, מאך א לישב!
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג יולי 08, 2018 7:07 pm

יואב איז בטעות אריינגעקומען פון א ראנג טיר און שנעל אפגעפיצט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2035
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1849 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1783 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דינסטאג יולי 10, 2018 7:39 pm

איך קום אריין און שטיבל און איך זעה עפעס א אלט'ן יוד מיט ווייסע האר ער טוט אן זיינע ליינען ברילען און נעמט ארויס זיין פון בוזעם זיין האלב אפגעמעקטן ביכעל וואס ער האט נאך באקומען ביים צענטען יוניווערסערי. און הייבט אן צו נישטערן דארטן ער מישט און מישט אבער אן קיין ערפאלג ,
האלא, האלא שרייט ער אויפן ערשטן פארבייגייער ,
יא! מיט וואס קען איך העלפן?
איך זיך דעם נאמבער!!
ר יוד וועלכע נאמבער זיכט איר?
וואס הייסט וועלכע נאמבער? פון בערקאאוויטש!
וועלכע בערקאאוויטש?
נו נו ווי אזוי הייסט ער?? דער וואס איז געוועהן אויף די צייטונג דעיע וואך
אההה איר מיינט מאיר מרדכי?
יא אוודאי איך האב דאס גלייך געזאגט ..היינטיגע יונגעלייט זיי הערן נישט וואס מען רעדט צו זיין!
איך זעה די טומל דארטן ג'יי איך צו און ער זעהט מיר אויס ווי א באקאנט פנים איך קוק עם גיט אן און ס'הערט זיך א געשריי רויטע!! די ביסט עס! אזוי לאנג נישט דא געוועהן די וואנצעס זענען שוין אינגאנצן ווייס געווארן
"רויטע וואנצעס" וועלקאם בעק!! אונז קען מיר נישט אן דיר ביטע טוט אן צוריק די רויטע וואנצעס און מאכט אונז אלע פריילעך
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 11, 2018 12:31 pm

קומזיץ: ייש"כ. יא. דו ביסט גערעכט. רויטע וואנצעס האט נאך אין זיינע יונגע יארן (ווען זיינע וואנצעס זענען נאך געווען עכט רויט. נישט געפארבט.) א סאך אויפגעטון אין קאווע שטיבל. מיט זיין פאעטרי. אויך מיט זיינע הומאריסטישע באשרייבונגען. והעולה על כולנה. ער האט ארויסגעהאלפן פאר דעם וועלט בארימטן בטלן און עם הארץ אין טעכנאלאגיע , בערל בעל עגלה. ווען איך האב געהאט זייער אן אינטרעסאנטע קליפ פון יו טוב. וואס איך אלס עיי"ן ה"א האב בשום אופן נישט געקענט לינקען און ארויפלייגן אויף קאווע שטיבל. האט הרב רויטע וואנצעס מיר ארויסגעהאלפן און ארויפגעלייגט. און דורכדעים געווען א מזכה את הרבים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7801 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך יולי 11, 2018 3:01 pm

די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק @שמערל
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2018 10:58 pm

קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק @שמערל

קוק ווער ס'האט געלייקט, בערל
(אויך א גראם)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17809 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך יולי 11, 2018 11:03 pm

קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק @שמערל

סא למעשה האסטו ליב מאטי איללאוויטש'ס נייע אלבום..?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2296 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 11, 2018 11:04 pm

שמעקעדיג: ייש"כ. לכבוד דעים וועל איך דיר איבערזאגן א לידל/גראם וואס איך האב געהערט נאך אלס קליין יונגל...והנה. און נון...!

יודל מיט'ן פידל בערל מיט'ן באס (מיט א פת"ח)
זינגען א לידל אינמיטן די גאס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:52 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7801 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:31 am

יין שרף האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק @שמערל

סא למעשה האסטו ליב מאטי איללאוויטש'ס נייע אלבום..?

ביסט א שארף יודל זעהט אויס אז שמא גרים , איך גלייך מאטי'ס טאלאנט אבער נישט זיין סטייל ס'איז גיט פאר די דריי וואכן..
איך האב אביסל געהערט זיין אלבום און געהערט די סארט גראמען ... פינקי האט אויך אסאך מאל אזעלכע אייגענע ווערטער , און "די זכרון איז א גנב" האט מען עס אפירגעברענגט צו קאווע
שטיבל
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:33 am

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: ייש,כ. לכבוד דעים וועל איך די איבערזאגן א לידל/גראם וואס איך האב געהערט נאך אלס קליין יונגל...והנה. און נון...!

יודל מיט'ן פידל בערל מיט'ן באס (מיט א פת"ח)
זינגען א לידל אינמיטן די גאס...!

ניבא ואינו יודע מה ניבא , בערל מיט'ן באס..
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:55 am

קומזיץ: ייש"כ. מהאי טעמא האביך צוגעשריבן (איינגערינגלט) באס מיט א פת"ח). להוציא מליבן. ווייל פאר מיר איז אויכעט איינגעפאללן די גוטע מליצה/פאן. וואס איך האב זייער שטארק ליעב. נאך קאקאאוש קעיק...!

Bass or Base = Musical instrument...!

ב.ד.וו.: אויף אונגאריש האט דער דאזיגער אינסטרומענט זייער אן אינטרעסאנטן נאמען...."דער גרויסער וויינער. אדער ברעטשעער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7801 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:42 pm

אייביג מיט א בליץ מיט א חכמה'לע
אונז באלאכטען מיט זיין לעכטעלע
צו אלעמענ'ס פרייד ארויסגעקומען פונ'ם לעכעלע
וועלקאם בעק @גראדעמעכעלע
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך קומזיץ » זונטאג יולי 15, 2018 12:10 am

וואלקאם בעק @ריכטיג
דיינע תגובות זענען קילורין לעיינים
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דינסטאג יולי 17, 2018 9:13 am

אן דיך איז געוועהן שווער
די האסט זיך צוריק געבענקט אהער
וועלקאם בעק @דענקער
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך דענקער » דינסטאג יולי 17, 2018 9:57 am

זומער די היצן,
איך טו אוועקשוויצן,
א וועלקאם פון @קומזיץ
יישר כח, א דיינעם שאנק!
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 1012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דינסטאג יולי 17, 2018 10:13 pm

יעצט בלייבט דא זיצען
און טוה נישט אפפיצען
אונז האבן פון דיר אסאך ניצען
זיי אונז מהנה פון דיין פרחים וציצין
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יולי 18, 2018 1:35 pm

זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך יולי 18, 2018 2:54 pm

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק

לאמיר זיך האלטן צום נושא פון אשכול...
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך יולי 18, 2018 3:00 pm

די ניקס וואס מען זוכט אדער מען בענקט זיך, זענען בדרך כלל נישט די וואס ווערן אויסגעשפארט וד"ל
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2296 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 7:40 pm

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק

א שופר איז א שופר: על לא דבר...?! די אלע וואס מ'האט ארויסגעשפארט זענען געגאנגען פאר מענטשן אויף די נערוון. אדער זענען זיי געווען עכטע טראללס. זיי האבן געטשעפעט אנדערע מענטשן. און האבן גארנישט צוגעגעבן צו דעם תועלת פון די ליינערס...!

א טייל פון די אויסגעשפארטע ניקס קענען אפילו נישט רעדן און שרייבן אידיש. זיי נוצן נישט די שפראך אין זייער טאג טעגליכן לעבן. א טייל האבן סתם אזוי געוואלט זיין קיוט. אויפ'ן חשבון פו די אנדערע מעמבערס.

שטעל דיך פאר. ווען א מענטש וואס קען נישט רעדן טערקיש אדער רוסיש זאלל ארויפגיין אויף אזא וועבסייט. ווען ער קען אפילו נישט פיהרן קיין דיאלאג. אדער אויסדרוקן קלאר א מיינונג. ביז 5 מינוט וואלט מען איהם ארויסגעווארפן פון די סייט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום פרייטאג יולי 20, 2018 2:36 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7801 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג יולי 19, 2018 10:08 pm

סארא ביזי טאג געוועהן היינט...
וועלקאם אונזער ראשעקאל
שטארק ווי אייזן און שטאל
ער ברענגט ידיעות פון איבעראל
עס איז טאקע נישט דא אזוי ווי אמאל
אבער ס'איז נאך אלטץ שטארק און צאל
איך גיס אן א כוס ליקר
פון פרייד ווערט מען שיכור
דיין פרעזענס איז דא ניכר
ווערט א שרייבער און נישט קיין ציקוקער
וועלקאם בעק פליקער
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט