עמעזאן גייט קאמפטישאן מיט נייטרא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

עמעזאן גייט קאמפטישאן מיט נייטרא

הודעהדורך Easy Shopping » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:27 am

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Easy Shopping
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2488
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:15 pm

הער אויס אין די קאפיטאליסטשע וועלט איז 150 ביליאן דאללער נאך אלץ נישט גענוג צו דורכלעבן. סקוקט אויס ווי דער לינקע-קאפיטליסט דזשעף בעזאס וועט נישט איינרוהען ביז ער וועט טאקע ארויסלייגן אלע קליינע ביזנעסעס פון ביזנעס... ער קען פשוט נישט צוקוקן אז נאך מענטשען אויף דער וועלט האבן אפאר אויסגעריבנע גראשען אין די קעשענע. סטוט אים מוראדיג וויי אז סאיז נאך אלץ דא הומאנס וואס האבן אפאר פארטרוקענטע רעפטלעך ברויט אויפן בוידעם.

און די משוגענע קאפיטאליסטן לאזן אים נאך געוועלטיגן און דאמינירן אלע מארקעטס... פארוואס נישט? סאיז דאך דא אכט ביליאן מענשטען אויפן כדור הארץ און סאיז דאך נישט מעהר ווי ״יושר״ אז נאר אפאר שישקעס זאלן געוועלטיגן איבער רוב האב און גוטס און רובא דרובא, עולם-גולם זאלן שטארבן פאר הונגער.

ווען איך וואלט געוועהן בעזאס וואלט איך מיך פארשטעקט פאר בושה אז איך בין ווערט 150 ביליאן דאללער-סאיז נישט קיין גדלות סאיז פשוטע בושה! ער ווארפט זיך ארום מיט מיליאנען מענטשען׳ס ברויט, ער הונגערט אויס קליינע קינדער גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע דיקטעטארס אין היסטאריע נאר מיט א שמייכל און א שיינע אנצוג...

טוה מיר א טובה? אויך מיר א סיסטעם דאס?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:28 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5429
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך יתרו » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:25 pm

דברים כדברונות
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 692
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 612 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:31 pm

נו? ער איז דאך שוין יא לינקער?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:36 pm

די גאנצע אמאזאן מאנאפאלי איז נאר א דאנק אייער לינקע רעגירונג, זיי האבן איהם געמאכט א מאנאפאל ווייל זיי האבן ליעב קאנטראל. בעזאס איז נישט קיין קאפיטאליסט! ער איז סתם א (כלומרשט) לינקע ביזנעס מאן וואס גלייבט אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעס איז דורך אונטערקויפן די רעגירונג איינגעשטעלטע. דערפאר שפילט ער לינקע ווייל ס'רעדט איין אזעלכע ווי אייך אז ער מיינט הומאניטי, אבער באמת איז עס קאמוניזם (אדער סאושעליזם לויט אייערע באגריפן) מיט א קאפיטאליסטישע מאסק! פארוואס גיבט די רעגירונג שטייער דיסקאונטס נאר פאר אמאזאן? פארוואס באקומט אמאזאן ביליגערע פרייזן פאר זייער שיפמענטס? פארוואס מעג די פעדעראלע רעגירונג נאר קויפן פון אמאזאן? דאס איז קאפיטאליסטיש? אדער גאר קאראפטיסטיש?

בערני האט נישט ליעב קאמפעטישן. ער וויל נישט ס'זאל זיין פערציג פערציג דעאדעראנטס אויף די פאליצעס ער זאגט אז פיר איז גענוג, נו אויב אזוי איז איין אמאזאן אויך גענוג. ס'איז צייט אז איר זאלט אנהייבן לייענען אביסל מער וועגן קאפיטאליזם......

באמת אבער האט אמאזאן גאר געמאכט די ראפעל צו קאמפיטן מיט בינגאו, נישט מיט נייטרא.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:21 pm

דער חילוק איז נאר, אז ביי זיי גייט נישט זיין קיין געווינער אין אויסטראליע..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:59 pm

קורקלענד האט געשריבן:די גאנצע אמאזאן מאנאפאלי איז נאר א דאנק אייער לינקע רעגירונג, זיי האבן איהם געמאכט א מאנאפאל ווייל זיי האבן ליעב קאנטראל. בעזאס איז נישט קיין קאפיטאליסט! ער איז סתם א (כלומרשט) לינקע ביזנעס מאן וואס גלייבט אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעס איז דורך אונטערקויפן די רעגירונג איינגעשטעלטע. דערפאר שפילט ער לינקע ווייל ס'רעדט איין אזעלכע ווי אייך אז ער מיינט הומאניטי, אבער באמת איז עס קאמוניזם (אדער סאושעליזם לויט אייערע באגריפן) מיט א קאפיטאליסטישע מאסק! פארוואס גיבט די רעגירונג שטייער דיסקאונטס נאר פאר אמאזאן? פארוואס באקומט אמאזאן ביליגערע פרייזן פאר זייער שיפמענטס? פארוואס מעג די פעדעראלע רעגירונג נאר קויפן פון אמאזאן? דאס איז קאפיטאליסטיש? אדער גאר קאראפטיסטיש?

בערני האט נישט ליעב קאמפעטישן. ער וויל נישט ס'זאל זיין פערציג פערציג דעאדעראנטס אויף די פאליצעס ער זאגט אז פיר איז גענוג, נו אויב אזוי איז איין אמאזאן אויך גענוג. ס'איז צייט אז איר זאלט אנהייבן לייענען אביסל מער וועגן קאפיטאליזם......

באמת אבער האט אמאזאן גאר געמאכט די ראפעל צו קאמפיטן מיט בינגאו, נישט מיט נייטרא.....


אוי באשעפער!
אזעלכע שטותים און ליגיונות. האסט זיך אויסגעלערנט צו לעבן אינעם שקר פון טראמפ און אלע עקסטרעים רעכטע, און ווען מ׳ווייזט זיי עפעס וואס געפעלט זיי נישט שרייען זיי ״פעיק נוס״...

כהאב נישט קיין נערווען צו צונעמען דיין תגובה און דיר ווייזן קודם וויפל שטותים דו רעדסט דא צאם... אפשר איין טאג... אבער איין קשיא וויל איך דיר יא פרעגן וואס מיינט ״אייער לינקע רעגירונג״? דאכצעך די רעכטע זענען געוועהן אין קאנטראל די לעצטע צוויי יאהר??? כהאב געמיינט אז טראמפ גייט זיין דער שופר של משיח??

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן מיין פריינד אבער לויט דיין תגובה דארפסטו זיך נאך לערנען פשוטע אל״ף בי״ת... בתוך שאר רעכטע...

נעבעך! אזוי פארכאפט צוזיין אין שקרים...
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5429
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:12 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:נו? ער איז דאך שוין יא לינקער?


לינקע און רעכטע איז בעסיקלי דער אפטייטש פון פרומע און פרייע... דאס איז די יסוד! די לינקע זענען אויך געווענטליך קעגן ״גרויסע ביזנעס״ און קעגן מאנאפעלי, און קעגן ביזנעסעס וואס טוט שאטן פאר די ענווייערמענט.

איך האב טאקע ווייניגער פיינט בעזאס ווי די טרויעריג-בארימטע רעכטע ״קאוק ברודער״ אבער טייל פון די לינקע/פרייע זענען זיך פונקט אזוי ווערט דאס געלט! א גיטע משל איז מייקל בלומבערג. פון איין זייט גלייך איך אים ווייל ער האלט טאקע מיט סייענס און די לינקע אבער ער איז צו א גרויסע קאפטיליסט פאר מיר...

די לינקע זענען בעסער פון די רעכטע- מעהר אויפגעקלערטע נארמאלע ציוויליזרטע מענטשען- זיי וועלן זיך געוונטליך רעכענען מיט די המון עם און נישט וועלן געוועלטיגן איבער אנדערע. זיי וועלן מעהר רחמנות האבן אויף די ארימע און מינארטיס, אבער דאס מיינט נאכנישט אז סאיז נישטא קיין לינקע/פרייע וואס זענען פארכאפט אין גריד און אין קאפאטיליזם. נישט אלע פון זיי זענען עפעס צדיקים!!! זיי זענען בעסער פון די רעכטע-דאס איז איינמאל זיכער...
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5429
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 2:05 pm

לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.

דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 2:48 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.

דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?

אז דער מאם און פאפ האבן אבער נישט קיין פרנסה וואס איז ווערד וואס די פרייז איז אויב ס'איז נישט דא פון וואנעט צו נעמען?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 4:22 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?

גם לי גם לך לא יהיה...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:31 pm

קורקלענד האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.

דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?

אז דער מאם און פאפ האבן אבער נישט קיין פרנסה וואס איז ווערד וואס די פרייז איז אויב ס'איז נישט דא פון וואנעט צו נעמען?

געוואלדיג!

יעצט לאמיר טעסטן דיין האנעסטי.

ווען דו ווילסט קויפן א שער מאשינדל אדער א קאמערע, קויפסטו אויף עמעזאן? אדער דו גייסט צו דיין לאקאלן סוחר, א היימישע אינגערמאן וואס בלוטיגט צו מאכן א פאר טאלער?

קויפסט ביי בינגאו? אדער ביי דיין גראסערי אראונד די קארנער?

אלץ איד בין איך גראדע מסכים מיט דיר, אבער איך בין שטארק מסופק צו דער עולם גולם טוט פראקטיצירן דאס וואס זיי עצה'ן פאר אנדערע צו טוהן.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:28 pm

איך האב נישט גערעדט פון א אידישע פערספעקטיוו, איך האב גערעדט מער פון אן אחריותדיגער פערספעקטיוו, און יא איך פרוביר נישט צו קויפן אויף אמאזאן אויב מעגליך. די סיבה פארוואס איך טוה עס איז ווייל איך האלט אז מיט שטיצן אמאזאן מאך איך זיך אליינס שאדן.

אבער בנוגע די אידישע טעמע, בין איך פונקט אזא איד ווי יענער סוחר, און אז ס'האנדעלט זיך ציווישן מיין טאש אדער זיין טאש, אוודאי קום איך פריער. איך קום פאר סיי וועם..... דערנאך זעהט מען ווייטער, אבער מיטן אונטערשטיצן אזעלכע ווי אמאזאן, מיט דעם שעדיגט מען זיך, ס'זעהט אויס ביליג, אבער לסוף איז עס זייער טייער........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Buddy, Google [Bot], איסר האטלקי און 5 געסט