זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 08, 2018 5:50 am

קאמענטירער האט געשריבן:איינע פון די הויפט זאכן וואס רעגן מיר אויף און איך קען גארנישט טאן דערצו איז: די חוצפה און פרעכקייט וואס איראן האלט אין איין ארויפברענגען לגבי אמעריקא, און אמעריקא? גארנישט, טוט נישט גארנישט, אנשטאט זיך שטעלן אויף די פיס און אנפאנגען צו רעדן רעבי שפראך פאר די קליינטשיגע טוטערס, פאלט מען צו די פיס פון די איראנער כומעני'ס און מען לעקט זיך גאר צו זיי,

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען מען האט גענומען אמעריקאנער דיפלאמאטען אין האסטעזש, שוין פון דעמאלס איז אמעריקא אין דעפעציט אין ווייזען און שטעלן אין פלאץ די איראנער איטאלעס אז זיי זאלן איינרוען, יעצט (איך וועל נישט דערמאנען יעדע פראוויקאציע) נאכער האט מען מיט זיי פארהאנדעלט מיט די נוקלעאר דיעל, מ'האט זיך געבראכן פאר זיי נאכגעגעבן קאמפיסאציעס, פארכאפן זיי אמריקאנער זעלנער, פרובירן אויס א נייע מיסיל, רעדן זיי זיך נאך אפ אז מען באהאנדלט זיי נישט שיין, און על אף וואס מהאט געמאכט א דיעל מיט זיי קענען זיי נאך נישט מאכען ביזנעס!!!!! האלטן זיך אין איין רייצן מיט אמעריקאנע נעווי שיפן און אמעריקא? גארנישט, מ'שווייגט,

אפשר וויל מען ס'זאל מקוים ווערן די פסוק "הַנֶּעֱלָבִין וְאֵינָם עוֹלְבִים שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים עֲלֵיהֶם הַכָּתוּב אוֹמֵר "וְאהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ". :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :cry: :cry: :cry: :cry:

כ'קוק צוריק די אלטע תגובה פון 2 יאר צוריק, און וואו, וואספארא טשעינדזש!!
גראדע מאכט מיר עס מער פרייליך ווי גערעגט...
די זעלבע מעשה איז מיט די פארפוילטע כינע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

הודעהדורך הבל וריק » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 1:07 pm

שכן טייערע,
כ'בין דיר מוחל אויפן הויעך אויסקייען יעדעס ווארט פון 'שטילע' שמו"ע מיטן חיך, גרון ולשון, טראץ חז"ל האבן יא פארשטאנען אז דאס וועט מיר שטארק נערווירן און דערפאר דיך באפוילן צו דאווענען שטיל.
כ'בייס זיך די ליפּן אז דו בייסט נישט דיינע און שוין.
אזוי אויך בין איך וויליג צו פארגעבן דיר און אלע (ניס'לאזע) אין מיין געגנווארט, אויף די וויירעל און איבערגעטריבענע הוסטעריי וואס אטאקירט די שטילקייט אומאויפהערליך. הגם למען האמת, קענסט'ך טאקע נישט איינהאלטן צוויי מינוט?
- טוה מיר א טובה כ'בין אויך פארקילט.
שוין, נישקשה הוסט'ס וויפיל עטס קענסט.

אבער און אבער, על זה דוה לבי. ווען דו עפענסט דעם אוועל געפארעמטע פיסק דיינעם און שטעקסט ארויס דעם צינג ווי א שפייעכטס שופר'ל גרייט צו ארויסלאזן דעם טיף באהאלטענעם שליים ממעמקי הגרון מיט גרויס פאמפע, מאכט, און גערודער, זייסזשע ביטע מוחל און דעק צו דעם לעכל.
צוויי זאכן,
איינס, כ'מוז עס נישט ווילן צוזעהן, פונקט ווי דו ווילסט נישט כ'זאל דיר באטראכטן ביים צושמעטערן א פאראייער'טן בייגל מיט אלע אקטיווע מויל געצייג.
והשנית והעיקר, מיט וואספארא רעכט מאסכטו מיר אריינאטעמען/באטאַפּן דיינע פארסמ'טע באקטעריע?
די חכמים בגוים שאצן אז די טראפעלעך שפייאכץ וואס דו ביסט מנדב פארן שטיבל, גייט א מרחק פון אומגעפער צוואנציק פיס און פארבלייבט אויף אומגעפער פינף און פערציג מינוט, בלויז פון איין הוסט.
ס'טייטש, אז איך שפאציר אריין אין א וויסטע חדר ראזענטאל צען מינוט פאר קרבנות, מיט א קאווע, א דבר יום ביומו און נאיווע רואיגערהייט, איז פאר מיר אויסגעשפרייט א רייע אפציעס ווי אזוי צו ווערן אנגעשטעקט מיטן פלו זז"ג.
מיין קאווע קען שוין פונלאנג זיין אנגעשטעקט מיט א דינע הויטל זשערמס וואס מיין שכן אין קאווע צימער האט ארויסגעלאזט מיט פאמפע און קאנפידענס.
די הענטל, די טיש און ס'באליבטע צעטעלע קענען אלע טראגן טויזענטער פאטענציאלע שליחים פונעם אומגעוואונטשענעם גאסט.
איך פארשטיי אז מ'פאלט דורך אמאל, מיט א האַטשו איבערהויפט, אבער די געוואוינהייט פון פרעכערהייט הוסטן, אנע שום גדרים, איז אומאקצעפטירבאר.
מ'מעג מאכן א כינוס כלל ישראל פאר פיזישע איגנאראנץ אויך.

ערעב איד, הוסט'ן איז נישט אנדערש ווי ****'ן, טוה עס שטיל, נאר ווען ס'דריקט געפערליך, פרוביר עס צו פארדעקן, און אויב מ'כאפט דיך דערמיט, מעגסט'ך שעהמען.

א געזונטן ווינטער.
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:13 am

הבל וריק: און אז מ'מאכט שוין א כינוס כלל ישראל מעורר צו זיין אויף געוויסע ענינים העומדים על הפרק. (אויף די לאנגע שייטלעך און די סמארטפאונס האט מען שוין ב"ה מעורר געווען.) זאלל מען שוין אינאיינוועגס אויכעט מעורר זיין אז א יעדער יונגערמאן זאלל זיך ביטע טוישן די אונטערוועש (אריינגערעכנט די רבינו ת"ם'ס) טעגליך. אויך נעמען א שויער מיט זייף. און א ביסל שעמפו. מפני כבוד הבריות...איך האב אמאל געזעהן אין א דאקטאר'ס אפיס אין וויליאמסבורג. א סיין אויף אידיש און ענגליש..."אין דעם טאג וואס איהר האט אן אפוינטמענט מיט'ן דאקטאר, ביטע נעמען א שויער. און אנטון ריינע אונטערוועש און א העמד"...אונטערגעשריבן. די מענעדזשמענט פון ODA. ווי ס'זעהט אויס האט דר. סטערנבערג שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אקטאבער 14, 2018 7:04 pm

דאכט זיך אז די סקעם אז חסידים גייען נישט אין שויער איז שוין אוט אף סטייל, די זעלבע מאס גויים און אידן גייען יא און נישט אין שויער און דער חסיד'ל וואס עס דערגייט זיך א ריח'ל פון שווייס און בליטש פון אים שטינקט נישט האלב וויפיל דער באבערדלטער ניגער מיט די גראבע העד פאונס סארכעט, דארפסט נישט מעורר זיין אויף אזוינע אומוויכטיגע זאכן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2018 7:18 pm

מאך זיכער: ייש"כ. איך זעה אז דו ביסט אנגעקומען צו דעם ריכטיגן פלאץ (אין דעם זאכן וועלכע רעגן מיך אויף, אשכול.). איך האב נישט געזאגט אז אלע חסידים, ספעציעל די וועלכע וואוינען אין וויליאמ-פעסט, סרחנ'ען, ח"ו.איך האב נאר פארציילט איבער דעם סיין וואס איך האב געזעהן אין דר. סטערנבערג'ס אפיס אין או.די.עי. ב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ. לא די. נאר זיי שפעטן נאך. און קוקן אראפ איינער וועלכער וואשט זיך יא אפ און טוט אן פרישע קליידער א יעדן טאג. אזוי ווי די מערסטע פון די היינטיגע יונגעלייט טוען, ב"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:43 pm

וואס מיר מאכט אבער נערוועז איז די אינגעלייט וואס קומען אריין אין סיי וועלכע געשעפט און שרייען אויפן קעשיער ווי כאילו ער וואלט ווען געווען היטלער'ס אן אגענט, כ'האב עס פונקט יעצט מיטגעהאלטן, וועך! ס'איבלט ווי משוגע ווען מען זעט די אומ'מחונכ'דיגע UTA גרעדיועטס
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

הודעהדורך החוקר » זונטאג אקטאבער 14, 2018 9:53 pm

דיך באדערט אז זיי שרייען אויפן קעשיער, אדער אז זיי זענען UTA גראדואירט?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 571 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:07 am

החוקר האט געשריבן:דיך באדערט אז זיי שרייען אויפן קעשיער, אדער אז זיי זענען UTA גראדואירט?


מיין עקספעריענס האט געוויזן אז ביי UTA גראדיועטס איז דא מער אראגענס ווי ביי אנדערע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:35 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ

ס'טייטש, נישט נאר די נטורי חרתא שטינקען? :x
(יא, עס רעגט מיך אויף אשכול) :)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:04 pm

שטייט טאקע אין פסוק..."וירח ה' את ריח הניחוח"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:06 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ

ס'טייטש, נישט נאר די נטורי חרתא שטינקען? :x
(יא, עס רעגט מיך אויף אשכול) :)

:evil: :twisted: :mrgreen: :cry: :קראץ: :דיסלייק:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:29 am

די צאנז'ער (קלויזענבורגער בלע"ז) שרייבט זיך אינטער בן כ"ק אמו"ר זצללה"ה. האסטי געהערט אזאנס? מילא ווילסט מ'זאל דיך קענען אידענטיפיצירן אן שרייבן די לעצטע נאמען, קען מען פארשטיין אז מ'שרייבט וועמענס זון מ'איז. אבער סתם שרייבן בן אמו"ר און נישט ארויס שרייבן די טאטעס נאמען? וואט די העק
בייגעלייגטע פיילס
קריאת קודש.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:16 am

פונקט צאנז און סאדיגער שרייבן זיך אונטער אזוי.. coincidence?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2500 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:09 am

יין שרף האט געשריבן:פונקט צאנז און סאדיגער שרייבן זיך אונטער אזוי.. coincidence?

דער סאדיגורא'ר שרייבט זיין טאטע'ס נאמען
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:42 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:די צאנז'ער (קלויזענבורגער בלע"ז) שרייבט זיך אינטער בן כ"ק אמו"ר זצללה"ה. האסטי געהערט אזאנס? מילא ווילסט מ'זאל דיך קענען אידענטיפיצירן אן שרייבן די לעצטע נאמען, קען מען פארשטיין אז מ'שרייבט וועמענס זון מ'איז. אבער סתם שרייבן בן אמו"ר און נישט ארויס שרייבן די טאטעס נאמען? וואט די העק

נאכ'ן זיך איבערקלערן טראכט איך אז מ'קען טרעפן א לימוד זכות אזוי ר' משה פיינשטיין האט געזאגט לגבי בנות לוט
זעה דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 1:45 pm

כ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.

.
בייגעלייגטע פיילס
A_father_of_11.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 2:15 pm

עס איז איין בעל הבית
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2760
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2351 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 5:46 pm

סאשי פיש האט געשריבן:עס איז איין בעל הבית


אפשר דאס רעגט עם. אזא מין spread the wealth רוח.

אבער ס'איז הילכתא למשיחא, ווייל דא שרייבט אונזער מורח ודאין אז לא ידין רוחי גאר, ער קען דאך נישט זאגען אז ער רעגט זיך "עכט"....
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:05 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.

די זעלבע איז מיט סטעטוס קול העולם דזואיש נויס 24 lnn וכו'
אלע האבן די זעלבע עדס און אסאך מאל ווידיאוס אויך.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:15 pm

וואלווי האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:עס איז איין בעל הבית


אפשר דאס רעגט עם. אזא מין spread the wealth רוח.

אבער ס'איז הילכתא למשיחא, ווייל דא שרייבט אונזער מורח ודאין אז לא ידין רוחי גאר, ער קען דאך נישט זאגען אז ער רעגט זיך "עכט"....

וואלווי: ייש"כ. איך האב זייער שטארק ליעב די מליצה/פאן (מיט א פ"א דגושה). נאר אויב איך וואלט געווען א ליטוואק, וואלט איך מיך געקענט מפלפל זיין דערין.

אבער מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א פלעגט אייביג זאגן . (ער זאגט נאכאלץ) אז מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה. אויף א מליצה אויך נישט.. ענדזשוי עס און פארטיג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 9:49 pm

צווישען דיין רבי יארמער רב, און צווישען שבת'נס רבי דזשארדזש קארלין, ווערט פארווישט דעם מה בין תלמידיו...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 10:26 am

וואלווי: איך רעד נישט פון די תלמידים. נאר פון די רעבעס. די תלמידים זענען ביידע פאררוקטע חברה. אבער ביי די רעבעס איז א גרויסער חילוק. הרה"ק מ'יארמא שליט"א איז א וואוילער, ערליכער איד. א שטיקל בעל מופת. (ער קען מאכן אז א 20'ער (צוואנציג אלפים) זאלל פארשווינדן ווערן בהעלם אחת.). און להבדיל דזשארדזש קארלין (פוילן זאלל ער) איז געווען א שמוציגער יונג אין אלע בחינות...!.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 11:03 am

נישט פארגעסן אז ר' בערל האט נאך א רבי, ר' אהרן הגדול מקרית יואל שליט"א (וואס ווען ער רעדט פון טעכנאלאגיע מיינט ער נישט ר' בערל וועלכער איז א פשוט'ער פערד טרייבער וכו') :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 3:49 pm

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער... אויך האסטו געשאסן 2 פייגלעך מיט איין שאס...!אריינגעפליקט פאר בערל בעל עגלה. און געלאזט וויסן אז בערל בעל עגלה האט א גרויסן רעבי'ן מו"ה ר' אהרן (הגדול) שליט"א פון קרית יואל...!

אויסער דעים האלט איך אז דו ביסט א בעל רוח הקודש. ווייל אט די רגע האביך געטראכט צו שרייבן א מאמר וואו איך וועלל אויפווייזן אז איינס פון די זאכן וועלכע, נישט אז זיי רעגן דיך אויף. נאר ס'נעמט דיך פשוט ארויס פון די כלים. איז ווען בבע"ג שרייבט און מאכט חוזק פון די היינטיגע פאלשע קנאים וועלכע רעדן זיך און אנדערע איין אז זיי זענען דוגל בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע...! כ'וועלל מיך דא באנוצן מיט א ווארט פון הרב ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו...פאר ער האט אנגעהויבן צו האקן שטיקער אויף קהילות און יחידים וועם ער האט אלץ באשייגעץט. האט ער אייביג געברענגט דעם מאמר חז"ל..."כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה"...והנה...דער ליובאוויטשער דעיס. דער קלויזנבורגער דאס. און דער בעלזער (דער גראבער בער ) דאס אנדערע...הע הע הע...! אבער ביי אונז...איז אלעס אין גרעסטן ארדענונג..און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפיהלן אין די פריע פארטאגס שעות...ענד אוו סטארי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 5:02 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.

און ווידעראמאל....
(האט נישט מורא, כ'גיי נישט יעדע מאל ארויפשטעלן נאך א בילד...)

.
בייגעלייגטע פיילס
Teleg_2.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט