ווי ביסטו געווען 9/11 !?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווי ביסטו געווען 9/11 !?!

הודעהדורך טשילער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:47 am

אנגעהויבן האט זיך עס ווי נאך א גרינעם דינסטאג. א קלארע בלויע הימל, א פיינער וועטער. א פרישן טאג ערווארטעט אינעם הארץ פון ביזנעס פון די גלאוב. בווווווום! קראך!
יעדער איינער געדענקט גיט ווי ער איז געשטאנען אין יענע מינוט ווען אמריקה האט זיך געטוישט פאר אייביג.
איך בין דעמאלט געווען א יונגל אין חדר ווען א יונגל קומט מיר זאגן: "די ראדיו גייט שוין נישט ארבעטן ווייל די אנטענע איז אראפגעקראכט פון די צווילינג געביידע...". חסידישע קינדער מיט זייערע אנאליזן. די מנהל האט צוזאמגערופן די עולם צו זאגן קאפיטלעך תהילים נאך לאנטש.
ווען מיר זענען ארויף שפילן אויפן דאך האבן מיר געזעהן שווערע רויעך, ווי א געדעכטער וואלקן, איבער גאנץ ניו יורק סיטי.
אונז האבן געהאלטן אין די האנט שטיקלעך פאפירן פון די גרעסטע "פיינענס קאמפעניס" וואס זענען געקומען צופליען ווי א הילוים באלון וואס טראגט צעטלעך. די עולם איז געווען היסטעריש. אונז האסן דאך מענהעטן פונקט ווי די חברה וואס האבן עס אראפגעברענגט... אבער דאך זענען געווען היימישע יודן וואס האבן געארבעט דארט. אונזער מעכטיגער חברה הצלה האט טאקע געראטעוועט רוב פון זיי. ב"ה.
ז"ל פון די וואס זענען ליידער נקרב געווארן אויפן מזבח פון "מלחמת אחרית הימים - נוסח איסלאם".

ווי ביסטו געווען דעמאלטס? ווער האט דיך אנטפלעקט די נייעס אין יענעם שווארצן דינסטאג?? וואס זענען דיינע מעמעריז???
בילד
טשילער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:55 am

פון די פילע איינצעלהייטן און פאסירונגען יענע שווארצע טעג - שווימט מיר אצינד ארויף איין אנאקדאט וואס עס איז זיך דאן פארלאפן, וועלכע האט עטוואס ארויפגעברענגט א שטיקל שמייכל אויף די זויערע לעפצן אין יענע פארכמורעטע טעג.

ס'איז געווען א קאלטער סליחות צופרי און א אידל מאנ''ש האט גאר דריגענט געברויכט צו נוצען די הכנה בודקעס אין בית מדרש. נעמליך, ס'איז געווען פארן דאווענען אין די בודקעס זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום - דער עולם איז געזיצן און עוסק געווען בהכנה דרבה, און א געהיימספולע שטילקייט האט געהערשט אינעם גאנצן ארום. דער אידל כאפט זיך אן ביים בויך און פרובירט מיט אלע זיינע קרעפטן אפצושלאגן די גראנדיעזע בויך קרעמפן וועלכע נעמען ארום, אזש ער האט געמיינט אז ער עקספלאדירט אויפן ארט פון גרויס פיין. אלזא וואס טיט מען דא?

ס'האט אים מיטאמאל באלד אויפגעבליצט א וואזשנעם איינפאל... ער פארמאכט זיך די אויגן און ער גיבט א געשריי אזוי אויפן טראדיציעלער איסלאמישער נוסח מדור דור: האללא האכבאר... ס'האט נישט גענומען קיין סקונדע... ס'האט זיך אנגעהויבן א געפלאשעכס אזש מ'האט געקענט מיינען אז מ'געפונט זיך גאר ביי די וואסער פאלן פון ניאגרע... די הכנה זיצער האבן מאסנווייז ארויסגעשטורמט פון די בודקעס, ווען אין איין האנד האלטן זיי אן דאס לייב-צודעקל און מיט די אנדערע פראבירן זיי ארויפצוציען דעם פארהאנקערטן ריטשראש...

אזוי האט דער באשעפער צוגעשיקט די ישועה פאר אונזער בויך-וויי געפלאגטער אידל... ויהי לפלא.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1630
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:39 am

בערל בעל עגלה האט מיר פארציילט אז יענעם דינסטאג אינדערפריה ווען ער איז אנגעקומען אין די ----'ער תלמוד תורה מיט א פולן באס מיט קינדער, האט איהם דער מנהל געבעטן אז ער זאלל פארן קיין וויליאמסבורג אריינצוברענגען די בחורים אין די ישיבה קטנה. ער איז געווען אויפ'ן גאוואנוס עקספרעסוועי ווען דער צווייטער פלעין האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס. די ערשטע זאך האט ער באמערקט אז די סעלפאון האט נישט געארבעט. אויפ'ן הייוועי איז אבער געווען א גרויסער טרעפיק. און מ'האט געהאלטן אין איין זעהן פייערלעשער טראקס פארן אין די ריכטונג פון מאנהעטן. איז ער אראפ פון הייוועי און געגאנגען מיט די גאסן. . ביי דאונטאון ברוקלין, לעבן די ברוקלין ברידזש איז אויכעט געווען א שרעקליכער טרעפיק. און מ'האט געקענט זעהן מאסן מענטשן גייען אויפ'ן בריק. אריבער פון מאנהעטן קיין ברוקלין. און מ'האט געקענט קלאר זעהן ווי די טווין טאוערס ברענען. צווישן די מאסן מענטשן איז געווען א אידישע פרוי, מיט א סטראוללער און א בעיבי. זי האט געפרעגט אויב דער באס פארט קיין וויליאמסבורג. דער ענטפער איז געווען אז יא. אויך איז געווען צווישן די מאסן מענטשן א איד ר' נפתלי (טולי) ג. דער מענטש האט אויסגעזעהן ווי א נפטר וואס וואקט. בלאס ווי די וואנט. ער האט נישט געקענט קומען צו זיך. ווען בערל האט איהם געפרעגט..."טולי, וואס איז מיט דיר. דו ביסט דאך אייביג געווען א לעבעדיגער"...האט ער איהם געענטפערט (ער האט קוים געקענט רעדן). אז ער איז געווען איינס אדער 2 שטאקן פון וואו דער פלעין האט אריינגעקראכט. און ער האטציך קוים ארויסגעראטעוועט מיט זיין לעבן. און דער רעש און קול פון עקספלאוזשנס גייט איהם נישט ארויס פון די אויערן. דער וועג פון דארט (טילערי סטריעט) האט געדויערט 45 מינוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: ווי ביסטו געווען 9/11 !?!

הודעהדורך טשילער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:45 am

אין ווילימסבורג. נאך פאר "חסידים אין יו.עס.עי" האט פאטאגראפירט אלעס אויף אינסטעגרעם... (ווען עפענט ער שוין א היימישע טי.ווי) בילד

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
טשילער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:01 pm

אזוי סליחות בין הזמנים'דיג טיעף אריינשלאפענדיג פרובירט די מאמע תחי' אויף צו וועקען איר ספר תורה'לע פאר עפעס א סוף זמן. והנה, אין קול ואין עונה. און אז א פליגער האט אריינגעקראכט אין טווין טאוערס, איז נאכאלס נישט גענוג אויף תחיית המתים. אבער ווען א צווייטע פליגער האט שוין אריין געקראכט, דאס איז עכט נייעס.

תיכף ומיד, כדי ליראות את הקולות, יאגט מען אריבער צום שכן...

נישט גענוג דראמא, אבער פארט..


שכנ'ס טי ווי:
בייגעלייגטע פיילס
20190911_140623.jpg
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2220
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3093 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2901 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:03 am

יונגעלייט אין וומ"ס קוקן זיך צו
בייגעלייגטע פיילס
EEOxzIgWsAEGNe7.jpeg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:54 am

יענעם אינדערפרי, כאשר עמודי שמים ירופפו, ביניך ארויס פון דערהיים צו גיין אין ישיבה - א וועג וואס האט מיר גענומען פון איין זייט בארא פארק צו די אנדערע.

כ'האב פון גארנישט געוואוסט. די לופט איז געווען ווייס פון אש - פערהעפס א פינף אלארם שריפה. אויף די טרעפ די גרויסע באבוב'ער שול זענען געשטאנען פאליציאנטן - פערהעפס עפעס א שיסעריי.

אנגעקומען אין ישיבה ביניך אינגאנצן ווייס, באדעקט מיט אש פון קאפ ביז פיס. עפעס א נערוועזע עקסייטמענט איז געווען אין די לופט: וואו וועט די נעקסטע אטאקע פארקומען.

יענע נאכט האט די גאנצע פאמיליע, מקטן ועד גדול, זיך ארומגעהוידלט ארום דעם ראדיא, צו הערן די רייד פון פרעזידענט בוש יר"ה.

עס ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער דעם סקרוך וואס איז אדורכגעלאפן מיין תמימות'דיגע שדרה ביים הערן מפורש יוצא מפיו: Even though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil, for you are with me.



א טאג-צוויי שפעטער ביניך געפארן אויפן בי קיו אי און זיך צוגעקוקט מיט ווילד-וואונדער ווי וואלקענעס פון רויעך הייבן זיך פון די אנדערע זייט טייך.

עטליכע וואכן שפעטער ביניך געפלויגען קיין ארץ ישראל - דער עירפארט האט אויסגעזען ווי א מיליטערישע באזע. אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק, איז עטליכע מינוט פאר'ן לאנדען ארויפגעקומען אויפן סקרין א בילד פון מאנהעטן. דער עולם האט זיך נערוועז ארומגעשמייכלט צום בילד פון די צווילינג טורעמס, שנשכלו ביום אחד.

עד היום קעניך זיך נישט מוחל זיין פאר'ן אוועקווארפען דעם האלב-פארברענטן ענוועלאופ, וואס האט געלאנדעט ביי אונז אין בעקיארד.

וואס ענדיגט דער פסוק? שבטך ומשענתך המה ינחמוני. אז ס'איז דער זעלבער שטעקן וואס שלאגט און אויף וואס מ'לאנט זיך אן, דאס איז די נחמה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: ווי ביסטו געווען 9/11 !?!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:21 am

יענער אינדערפרי האביך געדאווענט סליחות און שחרית כוותיקין, און געגעסען פרישטיג און געגאנגען אין ישיבה לערנען. נאך מיטאג האב איך דעמאלס געלערנט אין אחווה שול מיט א חברותא און א קליינע עולם. איינער איז אריין אין ביהמ"ד און ער האט זיך גענומען שמועסן מיט די ירושלימ׳ער יונגעלייט לעבן מיר אויפ׳ן באנק, על דא ועל הא, נישט עפעס עקסטער.

פלוצלונג דרייט ער זיך צו מיר, "תשמע, נכנס איזה מטוס למגדל התאומים, האמריקאים מתחילים להרגיש, וויי וויי וויי וויי".

איך האב געמיינט עס איז סתם אן עקסידענט געשען, און איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט. דערנאך בין איך ארויס געגאנגען פאר א פאפיראסל, און יענער שמועסער זיצט אין זיין קאר מיט די ראדיא אנגעצינדען און אן עולם ארום. איך האב דארט אביסל אויסגעהערט, ווי די שמועות זענען געלאפען ארום די וועלט, אז עס פליט א פליגע צום ווייסען הויז ועוד.

שטייענדיג אזוי אינדערויסען פון אחווה שול, איז ארויס געקומען פון ביהמ"ד ר׳ חיים קויבער. ער איז א ירושלימ׳ער אידל, אן עכטע זיסהייט פון א מענטש, וואס האט געלערנט אגאנצע טאג בשמחה ובתמימות און ווייס נישט פון גארנישט. ער האט אונז געפרעגט וואס טומולט זיך, און מיר האבען איהם געזאגט אז אין אמעריקא איז לעבעדיג מיט די אראבער. מ׳האט איהם געזאגט אז עס איז דא א שמועה אז א פליגע איז אריין אין דער ווייסער הויז.

"וואס איז דאס?"

"דער הויז ווי דער פרעזידענט פון אמעריקא לעבט און ארבעט"

"דארט זיצט ניקסאן?"

בקיצור, מ׳האט איהם אויך געזאגט אז דער טווין טאוערס אין מאנהאטען ברענט. ער (דער ירושלימ׳ער איד׳ל וואס איז אין זיין לעבן נישט געווען אין אמעריקא) האט זיך דערשראקען, "עס איז דאך מסתמא דא פיהל אידען דארט!"
און ער איז גלייך צוריק אריין אין ביהמ"ד צו זאגען אפאר קאפיטלעך תהלים. שעמעדיגעהייט בין איך איהם נאכגעגאנגען און פראבירט צו ענדיגען די סדר.

יענער נאכט בין איך געגאנגען אין ישיבת בריסק לערנען די נאכט סדר. איך האב נישט געקענט דערהייבען די שמועות און מעשיות, און איך האב פארמאכט מיין קאפ צו די מעשה ביז א פאר וואכען שפעטער. איך געדענק אז פאר׳ן סדר האב איך געשמועסט מיט א בחור אינדערויסען וועגען אן עכט זייטיגע נושא.

יענער נאכט אין דירה האט יעדער אויסגעהערט בי.בי.סי., און איך האב געהערט איין זאץ, ווי זיי פרעגן איינער מיט א שטארקען אקצענט, ווער וואלט געוואלט טון אזא מעשה, און יענער ענטפערט אז אמעריקא האט שוין געטון גענוג און נאך שלעכטס ארום די וועלט

איך האב זיך אבער גלייך געלייגט שלאפען, איך קען נישט דערהייבען אזויפיהל נייעס אין איין טאג. די נעקסטע טאג האט מען געהערט אז דער שכן הגאון ר׳ אפרים זאלאזניק איז שטארק איבערגענומען ווייל א תלמיד זיינער האט געהאט א טאטע וואס איז געווען אין בנין דעמאלס.

הוספה: איך דערמאן זיך יעצט אז דעמאלס האט קופת העיר (דאס איז איידער די ברכות\הבטחות עפאכע) פארשפרייט בילדער פון די ברענענדיגע געביידעס, עלעהיי עס וואלט עפעס געהאט מיט זיי. האט מיר איינער געוויזען אז די שטיקלעך שטויב אויף די בילדער זענען נישט קיין שטויב, נאר מענטשען וואס טאנצען פון די בניינים. מער האב איך נישט געקענט קוקען די בניינים.

אגב, נעכטן האב איך גענומען די קאר פאר אן אויל טשעינדזש (יא, מ׳איז מתיר א שינוי כלשהוא, רח"ל) און ווארטענדיג דארט זעי איךווי דער גוי זיצט און הערט אויפ׳ן קאמפיוטער די נעמען וואס מ׳רופט יערליך אויס. ער האט מיר פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א סטעיט טרופער, און ער איז ערשט אהיים געקומען זעקס וואכען נאך דעם, צוליעב זיין ארבעט ארום די ברענענדיגע ארט. דער מענטש אליינס איז געווען א וואלונטיר עפעס, אוןמ׳האט איהם קווארטירט אין דזשערזי סיטי ווי ער האט ארויס געהאלפען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8595
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8059 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט