משיב הרוח ומוריד הגשם...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

משיב הרוח ומוריד הגשם...

הודעהדורך קוויטעל » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 10:32 pm

ס'פריש און קיל... כ'שפיר שולדיג אפאר שורות פאר די פאקט פון מיין פארגענוגען, אויף עפעס וואס נישט יעדער וואלט אזוי געדאנקט מיט א פה מלא. מאנכע צוליב הסחת הדעת, און מאנכע, ווייל דווקא וואס איך האב ליב האט יענער פיינט!

גאט ברוך הוא, האט באשאפן מענטשן, מיט פארשידענע סארט נאטורען. און ס'פארהאנען אזעלכע וואס ווערן אנגערופן ווינטער פויגלען, נאכט פייגלען, רעגן פייגל... דהיינו, ווי ס'הערט זיך געווענליך די פארגענוגן פון מענטשן, איז עס ווען די זון שיינט אויף, און ווען די בלעטער שפראצן, און די זומער איז אויפ'ן דינסט.

אבער יעך – און אויך די אלע וואס זענען אין די אויבנ'דערמאנטע קאטעגאריעס – זענען דווקא פארקערטע נאטורן, עפעס אזוי באשאפן געווארן אין אונז. און מיר האבן דווקא ליב די קעלט, איידער ווארעמע סעזאנען, די נאכט און די רעגן, איידער זונען טעג און פארפלייצונג פון שיין, ביימער פארשטעלונג, און גערודער.

א שטייגער, אז ס'קומט די זומער, וואס הייבט זיך אן בפה רך... קודם איז טאקע איינגענעם, ס'מאכט זיך א ברכה אויף די פריש שפראצענדע ביימעלעך 'שלא חיסר בעולמו כלום וברא בו בריות טובות ואילנות טובות'. דאן אבער קומט פארפירעריש די הייסע טעג, וואס ווי א טאג מער אינעם זומער, קען מען צושמאלצן ווערן, און אראפן פון זונען... יא אראפ פון די געהירן צוליב די זון.
א שטייגער א דארע פיגור, וואלט זיך א עצה געגעבן אין די קאלטע טעג, און זיך אנגעטון א דאפעלטע מאנטל, און נאך א פאר גראבע שטרומפ. אבער איך אין די הייסע טעג, אנא אני בא? ווי קען איך לייגן מיין בייכל אין סטארעדזש... כאטש ווי די שארער טרעקלעך לייגן דעם שארער פארענט – איבערן זומער.

אבער ניין, ס'איז ווי די באבע רות האט געזאגט צו נעמי, ''אל אשר תלכי אלך ובאשר תליני אלין''... ס'נישט גענוג ווי הייס ס'איז מיר, אז ס'גיסט זיך מיר שווייס איבערן געזיכט, און קוועלער גיסן זיך מיר פון די בגדים, און כ'מוז מיר מיטשלעפן דעם טאנק מיט זיך כל ימי חיי...

אז ס'קומט שוין שבט, און כ'זע די פריע גראז אויפ'ן פעלד, ווערט מיר שווארץ אויפ'ן געוויסן, ווען כ'ווייס אז ס'קומט ווידער זומער, און מ'וועט זיצן און שוויצן ואין מידו מציל... און איך קלער מיך, אז איך ווער נישט משוחד פון די זינגענדיגע פויגל, און פון די קלאטשענדיגע בלעטער, אויף עפעס א שטיקל ווינטל וואס רייצט זיך מיט מיר, אויף יוצא צוזיין.

הגם די גמרא דערציילט אויף איינע פון די אמוראים, וואס איז געווען א בעל בשר, און ער האט געבעטן זיין טאכטער עהם צו מאכן לופט, מיט אזא פאכער, כדי צו כאפן דעם אטעם, און האט איר צוגעזאגט צו געבן בינטלעך בשמים – אלץ אפצאל. און פלוצלינג האט זיך גענומען בלאזן א ווינטעלע, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט; וויפיל בינטלעך פון בשמים דארף איך געבן לכבוד'ן בורא כל עולמים, וואס ער שיקט דאס ווינט...

גיי שאץ אפ וואס דאס מיינט, א שטיקל ווינטעלע אין א ים פון שווייס און היצן אן א סוף.
אבער אז ס'קומט ווינטער, און כ'שפרייז ארויס אזא שבת נאכט, און ס'נישטא קיין נעפל, קיין גערודער, קיין היצן און קיין פייכטקייט. אה ברוך השם, כ'מיך דאס גרויסע קערפער אויסקנעפלען, און אויסשפרייטן די ארעמעס מיט פארגענוגן, זאל עס זיין לכבוד שבת קודש...
פיינע שניידענדע פרישע קלארע געזונטע געבענטשע קאלטע לופט אויפ'ן וועלט.

ס'איז באקוועם, געשמאק און אנגענעם, און אזא פארגענוגען ווי א פיינעם גאס רעגן אין די ריכטיגע צייט. ווי היימיש און וואויל איז מיין געמיט, אז ווער ס'וויל זיך ביי מיר בענטשן, וואלט איך עהם אזאנס געוואונטשן, וואס פאלט נישט איין פאר די גרעסטע יודע עתידות'ער צו בענטשן...

ס'שמעקט א מחי'ה די ווינטעלעך און די בלויע הימל און האריזאנט, ווי גן עדן שבת כלה מלכתא... הלוואי אן אייביגקייט, און פטור אן עסק מיט די זונען היצן און לאנגווייליגע באכלעפשונג מיט'ן זאק רמ''ח ושס''ה אויף דעם עולם המעשה, אין די ששת ימי המעשה...
קוויטעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:38 am

קוויטעל: איך בין טיילווייז מסכים מיט דיר. מיין נפש פיהלט אויך א סאך בעסער און ווייניגער דיפרעסס'ד אין די קילערע הערבסט און ווינטער חדשים ווי איידער אין די הייסע און דערדריקענדע חדשים פון תמוז, אב און אלול.

אבער לגבי ליעב האבן די פינצטערניש פון די נאכט מער ווי די ליכטיגקייט פון טאג, האבן די יודעי תורת הנפש פעסטגעשטעלט אז דאס האט צו טון מיט א דערדריקטן נפש. דיפרעסיע.ווער ס'איז דיפרעסס'ד האט ליעב צו זיצן איינזאם אין די פינצטערניש. ווי איידער אין ליכטיגקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14052
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 10:15 am

שיין, שיין....

דערמאנט מיך אן אלטער ארטיקל וואס כ'האב אמאל געשריבן:

viewtopic.php?f=24&t=2063
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט