דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלקלאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלקלאר

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'זענען פארהאן ווערטלעך און זאגונגען וועלכע זענן מורגל בפי הבריות. און רוב מענטשן ווייסן נישט דעם מקור פון דעם. פון וואו נעמט זיך דאס ווערטל אדער זאגונג...?!

מיר וועללן דא פרובירן (בעז"ה) און מיט די הילף פון די חברי השטיבל ארויסצוברענגען דעם מקור פון די אלע ווערטלעך.

ווער ס'ווייסט פון ווערטלעך אדער אינטרעסאנטע דעפינישנס סיי אין די אידישע און ענגלישע/אמעריקאנער פאלקלאר ווערט געבעטן זיך משתתף זיין כיד ה' הטובה עליו.

ווער ס'האט ראיות פון וויקיפעדיע און אנדערע מקורות איז אויך גוט...!

והנה: דאס ווערטל..."האק נישט אין טשייניק"...! מילא, ווען איינער זאגט פאר זיין חבר..."האק נישט אין קאפ" קענמען נאך פארשטיין. אבער ווי קומט א..."טשייניק"... צו א קאפ...?!

נאר מ'דארף צוריקגיין א ביסל אין היסטאריע. אין רוסלאנד איז געווען א מנהג קדמונים, ספעציעל אין די גאר קאלטע געגנטן אזוי ווי סיביר, אז די רעגירונג האט אויפגעשטעלט א ריזיגן טאנק/קעסל מיט הייס וואסער. און די איינוואוינערס פון די שטאט זענען געקומען נעמען הייס וואסער פאר זייערע באדערפענישן. דאס האט די (גוטע און וואוילע) רעגירונג געטון נאך בימי הצארים...פריי פון אפצאל...! נאר א יעדער האט געדארפט מיטברענגען זיין אייגענעם טשייניקל. ס'איז געווען א לאנגע ליין. און א סאך מענטשן זענען געווארן לאנגווייליג (באורעד, בלע"ז). האבן זיי פאר לאנגווייליגקייט גענומען האקן אין זייערע טשייניקס. ווען איינער האט דאס געטון און ס'האט געשטערט דעם מענטש וואס איז געשטאנען הינטער איהם אין די שורה, האט ער זיך אנגערופן צו זיין חבר..."האק נישט אין טשייניק"...!

דאס איז לפענ"ד דער מקור פון דעם ווערטל. ס'דא נאך א סאך ווערטלעך און זאגונגען סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש/ אמעריקאניש. ווער ס'ווייסט פון נאך גוטע ווערטלעך אדער דעפינישנס און זייער מקור ווערט געבעטן אריינצורעדן...ייש"כ...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר