קיווע, איך מוז מיט דיר רעדן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1314 מאל

קיווע, איך מוז מיט דיר רעדן

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

אן אינטערסאנטער פיגור, ער טראגט אין זיך פארשידענע זייטן, א קאנפליקט פון פערזענליכקייט, אלעס אין איין גוף, פון איין יתום, אלטע בחור, פון אלטען חדר. אין זיין קונסט מאלעריי איז אויך דא צוויי קיווע'ס, איינס די פעקל מאלערייען, פון קיווע דער דרדקי מלמד, וואס ליגט אים פארפאקט אונטערן בעט, זאמעלט אביסעלע שטויב דא דארט, ביז א מיידל אנדעקט אין איר אן אוצר, אן אוצר וואס כאפט נישט עפעס ווייס איך וואס די אויגן און די נשמה פון איזי קאופמן, און אפשר איז דאס טאקע דער ריכטיגער שאצונג פון דאס פעקל אז פראפעסעניאלע קונסטלער טרעפן אין איר קיין ווערט. פון די צווייטע זייט איז די אפציעלע הערליך געלונגענע סטודיא ארבעט, פארב, פערפעקט, טיף, אפיציעל, ארטיסטישע בילדער מיט נשמה און אונטערנאצינאלע אנערקענונג. דאס איז אן אנדערע קיווע. ווען ליבי בעט פון קיווע ער זאל עפעס אפמאלן פאר א חתונה בריוול, נישט סתם אויף אפצומאלן, צום סוף צינד קיווע אן די זיכערהייט קעמערעס און פיטערט אריין דאס מאלעריי אין פליק מאשין, שיין צושניטן אויף גלייכע טיילן. איך קען אייך שווערן אויף מיין נאמנות אז נאך יענע נאכט, שפעט נאך חצות הלילה, די שאקאלען אין עין כרם זענען שוין לאנג געשלאפן, און חנינא איז שוין ביי די גמרא, איך האב געהערט זיין קול תורה אין מיינע אויערן ביז אהין ווען איך האב זיך אריינגעכאפט אין אפיס און זיך א לאז געטאן צום מיסט-קאסטן וואס אונטערן מאשין און פרובירט אפצוראטווען וואס נאך שייך. קיווע האט אסאך געמאלן אין די קורצע יארן זיינע, וואלגערענדיג זיך ארום ציווישן די צוויי זיך'ס. אסאך מאלערייען פון דער מלמד זיינער, און נישט ווייניגער פאר קיווע דער ארטיסט קונסטלער. די וואגעלניש איז אים גארנישט לייכט, נאר וואס דען, אבער די ריכטיגע דילעמע איז דעם איין איינציגסטע שטיקל וואס האט אפגענדיגט אירע קורצע טעג אין צוואנציג שניטן. ס'איז א טעות צו זאגן אז קיווע האט דעם בית נאמן בישראל מאלעריי צופליקט אין א מאמענט וואס האט זיך אים געצויגען אוועצווארפן דאס גאנצע קונסט אונטער זיך. נאר א גרעסערע פעלער וואלט געווען צו באטראכטן אז ער האט זיין שטיקל פאפיר געשיקט לופטערן ווייל זי האט דייקא נישט אריינבאלאנגט אין די קאופמן סטודיא קאטעגאריע. ווען די זיכערהייט-קעמערעס וואלט ווען געקענט ליינען מחשבות, און איבערפארציילן אירע געפילן, וואלט זיי ווען זייער קלארע רייד גערעדט. קיווע האט אפגעמאלן א הויז, מיט א בוים, מיט א שטעג, און א טאל, נעבן א בארג, קען ער אבער ביי זיך אליינס נישט אפמאכן ווי אין די וועלט דאס בילד באלאנגט. איז דאס פון מיין העפט ארויס? פון מיין סטודיא? צו וואו געהער דאס קינד? אזוי שטארק ווי צופליקט ביי זיך אליינס איבער דעם בילד נאכן אפמאלן איר, אזוי צוריסן איז קיווע געווען ביים מאלן דאס בילד, און אויף אזויפיל שטיקער האט דער אטאמאטישער מאשין איר צושטיקלט און אריינגעשיבט גלייך אין מיסט אריין. און די גרעסטע פון אלע טעותים זאל זיך דאכטן אז קיווע האט אנגעצינדן די עלעקטאראנישע אויגן אז נוחעם זאל אים זעהן ווי ער ווערט פטור פונעם מאלעריי, נוחעם קוקט דען נאך זיינע ארבייטער? עס זענען דאך די קעמערעס נאר פאר ביינאכט. טאקע נאר פאר ביינאכט, אבער דא קומען זיי צונוץ פאר קיווע אינמיטן העלן שווארצן טאג, טאקע נאר די שווארצע פלאסטישע טויבע קאלטע אטאמאטישע אויגן קענען זעהן וואס באדייט קיווע'ס צורייסן דאס בילד.

און איך זיץ מיך שפעט ביינאכט אויף דער קאלטער ערד, אראפגעבויגען, אריין אין מיסט-קאסטן אריין, אונטער די אפענע אויגען פון אט די זעלבע זיכערהייט-קעמערעס, אומזיכערערהייט, און פרוביר זיך צוזאמצושטעלן צוריק דאס צופליקטער בילד אויף די ריכטיגע סדר, אויפן סדר ווי זי באלאנגט אין נשמה, צעהן שטיקלעך איין זייט, ציילט זיך שטילערהייט מיין נשמה, צעהן שטיקלעך די אנדערע זייט, ביז אינדערפרי וועט זיך שוין פון דעם עפעס מאכן.


קיווע, איך מוז מיט דיר רעדן!


**********
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר