דער לאטערי געווינס פון יעקב נחמן - אן עפיזאדע פון היינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל

דער לאטערי געווינס פון יעקב נחמן - אן עפיזאדע פון היינט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעקב נחמן הערט די וועקער זייגער טיף אין זיין חלומלאזער שלאף, ער וויל באמת באגראבען זיין קאפ אינ'ם קישען, נאר ער ווייסט נישט וואס איז איהם ערגער; דער שלאף צו דער וואך. ער איז אן אלט'ן שלימזל, נאך מבטן ומלידה. זיינע ברידער זענען געלונגענע זאכען, איינער האט אנגעפיהרט דער גאנצע עסן פון די שבת התוועדות אין זיין ישיבה, א צווייטע איז פון די שוויצער'ס ביי די רבי'ס חתונות, א דריטע איז א פולקאמער מעמבער אין שומרים און הצלה, נאר ער איז א שלימזל. ארבעטן ארבעט ער אין א נארישע אקאונטינ"ג ביזנעס, און נישט אלס א סי.פי.איי., ניין, נאר ער זיצט ביי א קאמפיוטער און לייגט אריין די נומער'ן פאר אנדערע אויסצורעכענען. ביים שלאף חלומ'ט ער נישט און וואכעהייט איז ער גארנישט, ט'וואס האט ער פון אויפשטיין?

ער ליגט אין בעט הערענדיג די קולות פון זיין שטוב ביים זיך אויפוועקען. זיין ווייב רייזל פארעט זיך מיט די קינדער אין די נעקסטע צימער.

"מוישי! עס אויף די גריס וואס איך האב דיר אנגעגרייט. שוין יעצט! איך האב עס ספעציעל פאר דיר געמאכט און יעצט זאגסט דו דו ווילסט עס נישט?!" שרייט זי אן דער דריי יעריגע.

"שיינדי טוה שוין אן די שטרימפ, ווי לאנג דארף מען ווארטען ביז דו פאלגסט?!" זאגט זי צום פינף יעריגע טאכטער, וואס שלעפט יעדען טאג ביז מ'נעמט איהר ענדליך צום פלעיגרא"פ.

זי דארף שוין זייגען די קליינע חיים יוסע'לע און די עלטערע זענען נאך נישט גרייט צו די באס. ער ליגט נאך אביסל און באקלאגט זיין לעבן צו זיך. ווען ס'איז געקומען צו שידוכים האט ער אויך קיין גרויס מזל נישט געהאט. זי איז געווען א פעשליכע און איהר טאטע האט געארבעט אין א פלייש געשעפט און קיין גרויסע חכם איז זי אויך נישט. זי קאכט א קאדאחעס און זי האט איהם אין דער ערד. איין זאך האט זי, אז זי דערמאנט נישט צו איהם זיינע פעלער'ס אין לעבן בפה, אבער אין איהר אויגען זעט ער א גאנצע צייט וואס זי טראכט פון איהם און זיין 'טאלאנטן'.

שוין, א פרומע איד איז ער פארט, און ער מוז דאווענען פאר'ן גיין ארבעטען (ער קרעכצט נאכאמאל זיך דערמאנען דער ווארט), און ער זאגט מודה אני, וואשט נעגל וואסער און טוט זיך אן שנעל. קומענדיג ארויס פון צימער אויפ'ן וועג צו הכנות, האפט ער אז מ'עט איהם נישט באמערקען, אבער פארפאלען. מוישי שרייט הויך "קוק, טאטי איז דא!", און זיין ווייב גיבט איהם שנעל איבער חיים יוסע'לע כדי זי זאל קענען צוזאמפאקען די מיטאג פאר שיינדי וואס גייט באלד אין שולע אריין. ער זוכט א פלאץ אויף די טעפיך אראפצולייגען דער קינד, אבער ער טרעפט נישט, זעענדיג פאר איהם שפילצייג און קליידער, פידזשאמא'ס און א שמוציגע ווינדעל ערגעץ דארט.

ער לייגט שנעל אראפ דאס קינד אין זיין וויגעלע און לויפט צו זיין הכנות. ער האלט זיך נישט גענוג גרויס צו קענען נעמען א גלאז וואסער דארט אויך, דאס פאסט נישט פאר שלימזלים ווי איהם. דאס איז פאר די כולל יונגעלייט, די רעביש'ע קינדער און די כ'ניאקישע נשמות, נישט א נערישע יעקב נחמן וואס האט אין זיין לעען נישט געטראכט פון דער גרויסע געשעעניש וואס ס'גייט איהם באלד פאסירען אין זיין לעבן.

ער לויפט צו כאפען די זיבען דרייסיג מנין אין 'סמעדרעש, ווען די זייגער שטופט שוין א פערטעל פאר אכט. אין מקוה גייט ער נישט, 'איך דארף עס כמעט קיינמאל נישט האבען סייווי, וואס דארף איך זיך מוטשען יעדען טאג?' טראכט ער, געדענקענדיג נאכאמאל וואס זיין ווייב טראכט פון איהם.

מ'קומט אן אין 'סמעדרעש און ער כאפט שנעל א קאווע. די קאווע קומט אויס לוילעך, די צוקער קאצקע צוברעקעלט זיך אינ'ם מויל און לפחות דריי מענטשען שטופען זיך אריין אין איהם און זייער קאווע טראפקעט זיך אויף זיין שיך און רעקל. זיי זארגען ניטאמאל זיך צו אנטשולדיגען ווארום ווער באמערקט איהם בכלל?

ער הערט אז מ'טומעלט זיך דא און דארט אין גרויסן אויף עפעס, דער עולם טומעלט אבער צוגעלייגט נישט נערוועז, ס'איז זיכער נישט עפעס א פרצה צו א מחאה וואס ס'טומעלט זיך, מ'שמועסט וועגען עפעס מיליאנען דאללאר'ן אבער קיינער זארגט זיך נישט איהם צו באוואוסען און ער האפט נישט אז ער גייט הערן דערפון און ניטאמאל אז ס'איז איהם נוגע, דעריבער מאכט ער זיך נישט צוטוהן. ער איז צוגעוואוינט אז די נייעס זאל איהם פארביי לויפען, ס'האט גענומען צוויי וואכען ביז ער האט עפעס געהערט פון רייזל וועגען דער מעשה מיט מנחם שטארק. 'מיין לעבען טוישט זיך סייווי נישט, דער געלט באלאנגט נישט צו מיר, און איך האב עס נישט דערלייגט, וואס האב איך צו הערן דערפון?' טראכט ער צו זיך.

שוין אפגעדאווענט, דארף מען לויפען צו דער ארבעט, וואס געפונט זיך אין א גוי'ישע געגענט אין ברוקלין, אפשר נישט גוי'יש נאר נישט היימיש, ס'רופט זיך פלאטבוש, און הגם זיי זאגען זיי זענען פרומע אידען, ס'דערקענט זיך נישט אויף זייער אפגעגאלט'ע געזיכט. אויפ'ן וועג נאכ'ן אראפגיין פון די באס זעט ער א גוי'שע געשעפט ווי מ'פארקויפט כשר'ע קאווע און ער דערמאנט זיך ווי אומגעלונגען איז געווען זיין ערשטע קאווע, האט ער מחליט געווען צו פראבירען א צווייטע מאל, זאל כאטש איין זאך איהם געלונגען אין דער טאג.

גייענדיג אריין דארט זעט ער א רייע מענטשען צו באצאלען און ער וואונדערט זיך 'וואס טיילט מען דארט? הייסע לאקשען?' קומענדיג אהין מיט זיין קאווע, פרעגט איהם דער ערל דארט "י"ו היע"ר פא"ר ד"ע פאווערבא"לל?".

"וואס ווען ווי? וואס איז דאס?"

הע"י מע"ן! י"ו גאננ"א בא"י א טשאנ"ץ ט"ו ווי"ן בי"ג? י"ו קע"ן גע"ט ווא"ן אנ"ד א העל"ף ביליאן דאללארס! ט"ו דאללאר"ס א טשאנ"ץ!"

אזוי גאר! און וואס וועט ער טוהן מיט די אלע געלטער? דער גוי האט אבער קלאר געוואוסט אז דאס וויל ער קויפן און ער האט נישט דער מוט זיך קעגען צו שטעלן, האט ער געקויפט פאר צוויי דאללאר דער קאלירטע פאפיער וואס ס'שטייט אויף דעם זיינע נומער'ן. מיט דער טיקעט אין טאש און די קאווע אין האנט ווענדט ער זיך אינדערויסן צו די קעלט און ווינט. "גו"ד לא"ק", רופט אויס דער ערל פון אינעווייניג. 'אמן כי"ר', טראכט ער צו זיך.

מ'קומט אן אין די ארבעט און דער באלעבאס, א זויער ליטוואק שטייט דארט מיט זיין זייגער און א שארפען בליק. ער זאגט גארנישט אבער יעקב נחמן פילט ביי זיך אז ער האלט חשבון מיט איהם. אפילו ער איז אפאר מינוט פרי, פילט ער נאך אלס כאילו מ'האט איהם ביי עפעס געכאפט. ער זיצט דארט ביין זיין קאמפיוטער און ער הייבט אן מיט זיין נארישע זינלאזע ארבעט. ער זיצט מיט צוויי פייל'ס אפען און ער זוכט גרייזען און געכיפערטע שורות וואס קען פאראורזאכען גרויסע שאדענס ביי די קליענט'ן פונ'ם קאמפאני. זיין קאפ האט זיך נישט פארנומען מיט גארנישט און ער זעט נישט קיין ברכה בעמלו. נאר ווען ער מאכט צומאל א גרייז שרייט מען איהם אן און מ'באפאלט איהם און מ'סטראשעט מיט'ן ווערן אפגע'פטר'ט.

ער האט שוין אפאר מאל געטראכט פון א וועג פון מאכען זיין ארבעט גרינגער. מ'דארף נאר אוועקשטעלען א פראגראם אדער א מאקר"ו א קליינער וואס וואלט געמאכט זיין ארבעט מער אקוראט און שנעלער. ער קלערט נאר אז טאמער ער טוט אזוי, בלייבט ער אן ארבעט, און דאס איז ערגער פון אלעם. ער האט אויך נישט געהאט קיין גרויסע מוט דערצו. 'עה, מסתמא וועט עס נישט געלונגען, איך 'על מאכען א פאר גרייזען און ס'וועט נאך זיין ערגער ווי פריער', טראכט ער צומאל ווען די מחשבה פאלט איהם איין אין קאפ.

ער זעט דער עולם טומולט נאכאמאל וועגען מיליאנען דאללארען, און יעצט ווייסט ער שוין וואס מ'רעדט. ער האט דאך געהערט פונ'ם ערל אינ'ם געשעפט אין אושי"ן פארקווע"י וואס ס'רעדט זיך. ער טראכט א האלבע מינוט וואס וואלט איהם פאסירט ווען ער באקומט אזויפיל געלט, אבער ער לאזט זיך ניטאמאל חלומ'ן דערוועגן, ער האט נישט די חוצפה דערצו. זיין ברודער דער געלונגענער עסקן וואלט אפשר זיך ערלויבט אזוי צו חלומ'ן, אבער פאר איהם איז עס נישט.

זעקס אזייגער ענדיגט ער דער ארבעט און ער הייבט זיך אויף מיט זיין חבר דער קאפוויי דער שטענדיגע באגלייטער גוט באזעצט אין זיין פלאץ. ער כאפט זיין באס און דרימעלט זיין וועג אהיים. קומענדיג אהיים, קריכט ער אריין ווי א גנב, קיינער וויל איהם סייווי נישט זען, און ער טרעפט זיין וועטשערע זיצענדיג אויף דער קאנטשע. ער ווייסט נישט וואס דער מאכל איז, צו ס'איז פליישיג צו מילכיג ווייסט ער נאר לויט וועלכט טישטאך זיצט אויפ'ן טיש. דער טעפיך פון זיין צוויי שלאפצימערדיגע דירה קען מען נישט זען פאר קליידער, שפילצייג און אנדערע אומבאקאנטע זאכען. ערגעץ דארט שרייט רייזל אן די קינדער, אדער אין וואנע אדער אין שלאף צימער. ער זיצט און עסט זיך אפ דער וועטשערע אליינס, און ווען רייזל קומט אריין מיט חיים יוספ'ן און פרעגט איהם וואס ער מאכט, ענטפערט ער מיט אן אוממענטשליכע שטימע און אומבאקאנטע ווערטער. זי איז צופרידען פון דעם אויך, 'וואס דארף ער זיך מוטשען צו ענטפערען א נארמאלע תשובה? זי וויל סייווי נישט וויסען וואס ער האט צו זאגן'. נישט הערענדיג קיין עכטע תשובה האט זי זיך גענומען אנפילען די צימער מיט א מבול פון ווערטער, איינער קלאפענדיג אין די צווייטער, פון קינדער און קליידער, גויטע'ס און מאמע'ס, חברטע'ס מיט קארידזשע'ס. אינדערמיט האט ער געכאפט עפעס א פאר ווערטער וועגן גיין מיט גיטי צום קינדער געשעפט איינקויפען נייע קליידער פאר די נעקסטע זומער פאר די קינדער.

"יויש, האב איך געטראפען א שיינע! און ביליג ווי בארשט אויך! פאר דריי קינדער האב איך באצאלט נאר $250, און דאס איז נאכ'ן אראפגייען מיט צוואנציג פערצענט!" ער האט געטראכט צו זיך 'און $250 קען איך יא ערלויבן? פון ווי גייט קומען די געלטער?'.

ער ווייסט אבער אז ער גייט גארנישט זאגען צו איהר. גענוג אז זי טראכט איהם פאר א שלימזל, זאל ער עפענען די מויל און אוועקרייסען יעדע ספק? ווען זי האט נישט גיטי האט זי נעכא לאה, א חבר'טע וואס ס'פאסט ניטאמאל אויסצוגעבן $250 ווען ס'איז אויף סעי"ל. נאר דער פולע פרייז וויל זי באצאלען. שוין בעסער דער גיטי, ווער זי איז נאר, ווי אן אנדערע.

ער האט א שיעור אין 'סמעדרעש, און יעדע נאכט גייט ער אהין מיט א האלבע הו"א אז היינט נאכט וועט ער בלייבען אויף און עפעס איינהערן ווי דער מגי"ש לערנט פאר א דף גמרא און א פאר סעיפים אין קיצור שו"ע, אבער ס'מאכט זיך למעשה זעלטען אז ער בלייבט אויף. ער איז מיד, דער לימוד ציט איהם נישט, דער מגי"ש איז נישט קלאר, דער סוגיא איז סייווי נישט נוגע למעשה, דער עי"ר קאנדישע"ן\הייצונג ארבעט נישט, צו ער האט נעכטן געפעלט און היינטיגען סוגיא איז געבויט אויף די נעכטיגע. יעדע נאכט איז דא אן אנדערע סיבה און למעשה בלייבען בלייבט ער שלאפן. א שנעלער מעריב און צוריק אין שטוב און אין בעט אריין. ער ווייסט נישט צו רייזל איז נאך וואך פארעדיג מיט'ן שטוב, אדער זי שלאפט שוין, ער באמערקט שוין נישט די זאכען. זיין טאג איז אריבער און ער דארף שוין גיין שלאפען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר