רבי ר' הונט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

רבי ר' הונט...

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לעצטענס האב איך געהערט א גלייכע ביאור אינעם ווארט 'מחותן', פון וואנעט שטאמט עס אזא מין ווארט [און הייבטס מיר נישט מיט אויבער-חכמות: חתן, חותן, מחותן].

יענער פארציילט מיר אזוי: א איד האט זיך אמאהל משדך געווען מיט א בער, עס איז געקומען צו דרש'ענען ביים שבע ברכות הייבט ער אהן זאגן: דער טייערער רבי ר' בער זאל געזונט זיין וכו' וכו', שוין, אלעס איז פיין.

דערנאך האט ער זיך משדך געווען מיט א הערש – נו, אונזער טייערער רבי ר' הערש זאל לעבן וכו'.

דערנאך מיט א וואלף; דער חשוב'ער ר' וואלף זאל לעבן און געזונט זיין האט פריער דערמאנט וכו'.

ביים פערטן קינד האט ער זיך משדך געווען מיט א הונט.

עס איז געקומען צו דרש'ענען ביי די סעודה האט ער זיך געטראפן מיט א פראבלעם, עס פאסט עפעס נישט צו זאגן דער רבי ר' הונט, איז ער געפאלן אויף אן המצאה: דער טייערער מחותן זאל געזונט זיין...

----------

וואו קומט עס אהער? הו קנאוס.

דער סיפור האט מיר אבער געשאפן א פראבלעם: פאר וועמען כ'האב עס נאר פארציילט האט געלאכט; דער ערשטער מספר האט געלאכט, איך האב געלאכט וכו'.

שטעלט זיך א הארבע פראגע: וואס איז פאני?

נאו, סיריעסלי, אום גאט'ס הייליגן נאמען, וואס איז פאני מיט די מעשה? פארוואס האט קיינעם נישט גענומען אפילו א מילי-סעקאנד אנצוהייבן לאכן, איר קענט מיר אפשר מסביר זיין וועלכע חלק איז 'פאני'? דמיון, נאריש, קינדעריש, נו מילא, אבער 'פאני'?

מאיזה סיבה שהיא האט נישט גענומען א סעקונדע פאר אונזער מח איינצוזעצן אז דאס מיינט מען אונזער ריעל-לייף פאטענטשעל מחותן. עס איז גארנישט מוכרח, אבער ער האט נישט געדארפט קיין פראסעסינג טיים אנצונעמען דעם זאפטיגסטן אויסטייטש.

-----------

אז מען רעדט שוין פון איינזעצן...

די גמרא אין סנהדרין לייגט אראפ וואס פאר א שגץ דער קעניג יהויקים איז געווען. עס שטייט אויף איהם אין פסוק: וְיֶתֶר דִּבְרֵי יְהוֹיָקִים וְתֹעֲבֹתָיו אֲשֶׁר עָשָׂה, [און דער פסוק ווארפט אריין א מיסטעריעזע] וְהַנִּמְצָא עָלָיו, הִנָּם כְּתוּבִים עַל סֵפֶר מַלְכֵי יִשְׂרָאֵל וִיהוּדָה.

זאגט די גמרא: מאי והנמצא עליו, רבי יוחנן ור"א, חד אמר שחקק שם עבודת כוכבים על אמתו, וחד אמר שחקק שם שמים על אמתו.

זאגט רש"י: שם עבודת כוכבים על אמתו: מתוך שהיה אדוק בה. שם שמים: משום בזיון.

איז דאך שווער מרפסין איגרא: מרי' דאברהם, אויב קען א נאמען אויפן אמה קומען מרוב דבקות, אדער קען עס קומען מחמת בזיון, איז אפשר פארקערט די מעשה? אויב האט ער געהאט שם שמים איז עס געווען מחמת דבקות, און אויב שם ע"ז איז עס געווען לבזיון?

------------

וויסן זאלט איהר, אידן, אז יעדער מענטש האט אן 'עצם'. עפעס גאר טיף באגראבן, עפעס וואס איז נישט תלוי אין די מיליאנען מעשים זיינע. עס איז דאס פינטעלע זיינע. אז איהר ווילט קענט איהר עס רופן דאס פינטעלע איד.

ווי זאגט ר' ליפא, איי דאס פינטעלע איד... אהאהאהיי דאס פינטעלע איד... [די איינציגסטע תנועה זיינע וואס איז מיר אריין אין קאפ...].

איי איי רבותי... וואו ליגט דאס פינטעלע... וואו ליגן אונזערע לאויעלטיס. צו וואס איז אונזער טיפסטער שיעבוד. דאס איז די פראגע. מעשים און פעולות קען מען אין צוויי פארקערטע וועגן טייטשן.

'אונס רחמנא פטריה', נו, ווייסט מען דאך אז אונס לאו כמאן דעביד דמי.

מצד שני, איז דאך מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה. די פוילישע זאגן: אונס, רחמנא פטרי', דער אייבערשטער פטר'ט איהם, ער איז איהם מוציא זיין חיוב.

אין האמיל איז געווען איינער פון די גרעסטע חסידי חב"ד ר' אייזל האמילער, ער איז געווען ביים בעל התניא, ביים מיטל'ן רבי'ן און ביים צ"צ.

אויפן פאמיליע נאמען האט ער געהייסן עפשטיין, פון א משפחה מיוחסת מאוד. האביך מקבל געווען בשם א איד פון האמיל אז אמאהל איז א שכן אריין צו איהם אין שטוב און געזעהן ווי ר' אייזל ברענט זיך אויפן אויוון. א דערשראקענער פרעגט ער: וואס טוהט איהר, ר' אייזל?

זאגט ר' אייזל, ווען כ'בין דאס ערשטן מאהל געקומען צום אלטן רבי'ן, דעם בעל התניא, האט ער מיר געזאגט: איך וועל נאך ארויסטרייבן דעם עפשטיין פון דיר...

דרייעט זיך ר' אייזל צו דעם איד: דו ווייסט גארנישט ווי מען דארף ברענען דעם עפשטיין...

פארשטייט איהר, ברידער? עס איז פארהאן א ר' אייזל, פון די גרעסטע חסידים, דאן איז פארהאן א ר' אייזל וועמענ'ס עפשטיין דארף אויסגעברענט ווערן.

--------

ביים עגל שטייט צוויי מאהל א לשון עשיה אין זעלבן פסוק: וַיִּגֹּף ה' אֶת-הָעָם, עַל אֲשֶׁר עָשׂוּ אֶת-הָעֵגֶל, אֲשֶׁר עָשָׂה אַהֲרֹן. דער תרגום טוישט אבער צווישן איינס און צווייטן: וּמְחָא יְיָ, יָת עַמָּא, עַל דְּאִשְׁתַּעֲבַדוּ לְעִגְלָא, דַּעֲבַד אַהֲרוֹן.

אויף די אידן זאגט ער 'דאשתעבדו' לעגלא, אבער אויף אהרן זאגט ער 'דעבד' אהרן.

איהר הערט, רבותי? ד-א-ש-ת-ע-ב-ד-ו...

-----------

אט דאס איז די שם עבודה זרה על אמתו. פראקטישע מעשים קען מען אייביג אויסטייטשן ביידע וועגן; עס קען זיין דבקות – עס קען מיינען בזיון. אידן האבן אבער משעבד געווען זייער עצם צו עבודה זרה.

ווי דער פסוק קלאגט אויף אחאב מלך ישראל: רַק, לֹא-הָיָה כְאַחְאָב, אֲשֶׁר הִתְמַכֵּר, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--אֲשֶׁר-הֵסַתָּה אֹתוֹ, אִיזֶבֶל אִשְׁתּוֹ. וַיַּתְעֵב מְאֹד, לָלֶכֶת אַחֲרֵי הַגִּלֻּלִים--כְּכֹל, אֲשֶׁר עָשׂוּ הָאֱמֹרִי, אֲשֶׁר הוֹרִישׁ יְהוָה, מִפְּנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל.

איי איי רבותי, התמכר. ה-ת-מ-כ-ר...

------------

כ'האב לעצטענס געשמועסט מיט א זיבעציג יעריגן איד, זאג איך איהם אז עס איז דא א זאך וואס רופט זיך 'אבסעלוט זערא', די קאלטסטע טעפעראטור וואס איז שייך [בערך מיינוס 460 פערענהייט].

לאכט ער: וואס הייסט 'די קאלטסטע וואס ס'שייך'? היץ איז היץ און די פארקערטע איז קעלט, ווי איז מעגליך צו זאגן אז עס האט א גבול ביז ווי עס קען גיין?

הייב איך אהן מסביר זיין: וואס איז דאס היץ? אז די אטאמען לויפן שנעל. וואס איז קעלט? אז זיי פארשטאטערן זיך. נו, ביי 460 מיינוס זערא שטעלן זיי זיך אינגאנצן אפ און קעלטער איז נישט שייך.

ער גלייבט מיר נישט. זייט ווען דארפן היץ און קעלט א ביאור. היץ איז היץ, קעלט איז קעלט. פון היץ בריעט מען זיך אפ און פון קעלט ווערט מען פארפרוירן, דאס האט דער בוכ"ע באשאפן אין די טבע הבריאה און פערטיג.

יא, ר' איד, כ'פארשטיי אז דאס זענען פענאמענאנען וואס דער אייבערשטער האט מטביע געווען אין די בריאה, ער האט אבער געמוזט צושטעלן א מעכאניזם דערצו, עס פליעט נישט סתם היץ און קעלט.

ער האט מיר געעפענט די אויגן צו א געוויסע בלאקעדזש וואס מיר האבן: וואס מיר זעען נישט און איז נישט טייל פונעם טאג-טעגליכען שמועס פעהלט נישט אויס, עס איז איבריג און מן הסתם נישט אמת אויך.

--------------

גאר אסאך צדיקים האבן געזאגט אז אין די שפעטע דורות וועט זיין גאר שווער צו גלייבן. אויף גראדע ווענט וועט מען קריכן זיך צו האלטן ביי אמונה.

ווען מען זאגט איבער איינס פון די צאללאזע מאמרים קומט עס מיט מיט אן 'אינסיידער'ס' געפיהל; מיר זענען פון די אינסיידערס און מיר שמועסן איבער דעם פאקט אז אזויפיהל האבן געזאגט אן ענליכען עתיד אויף אלע פון "זיי".

ס'איז דא 'אונז'. ס'איז דא 'זיי'.

מיר לאכן פון 'זיי'. 'זיי' לאכן נאך מער פון 'אונז'.

ורוח הקודש אומרת: עט'ס פאלט ביידע אריין אינעם זעלבן לאך פונעם זיבעציג יעריגן וועלכער לייקענט אין קעלט.

אודאי זענען אלע מעכאניזמס ריכטיג. אז עס דא עוואלוציע. עס איז געווען א ביג-בענג. עס זענען דא אטאמען. 'דאס' טאקע איז די בריאה וואס גאט האט געשאפן.

גלייבט'ס מיר בנאמנות, ווען מען וואלט נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי א קינד ווערט באשאפן וואלטן ניינציג פראצענט געהאלטן אז ע"פ אמונה מוז פלוצלונג ערשיינען א פערטיגער קינד בכל אבריו וגידיו. אנדערש איז שוין נישט אזוי איי איי איי.

-------------

הערט איהר, ברידער טייערע, די זעלבע זאך איז סיי די כפירה און סיי די אמונה. מיר קענען סייווי נישט גאט, עס קען פונקט אזוי זיין יאיר'ס חוקי הטבע. די שאלה איז נאר וואו גיבסטו דיין עצם. צו וואס ביסטו זיך משעבד.

הערט דעם אייביגער בית-הכסא-געשריי, די ווארדס אוו די פראפעטס אר ריטען אן די סאבוועי וואלס:

פ-א-ר-ק-ו-י-פ-ט נישט אייער נשמה צום שטן...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר