אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דאס איז די העדליין פון א ווידעא קליפ אויף יו.טוב. פון איבער א שעה לאנג.דאס איז דער תמצית פון אן אינטערוויו און אויך א סיור (אנטשולדיגט. איך ווייס נישט דאס אידיש ווארט פאר דעם אויפ'ן מאמענט.) וואס "הרב" ישראל דוד ווייס פון די נטורי קרתא , אין די באגלייטונג פון "הרב" משה בער בעק (י"א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]) פאר אן אראבישן שגץ פון עפעס א נייעס אגענטור (לא דייקתי בשמו). הרב ווייס פיהרט איהם ארום איבער די פארשידענע מוסדות התורה אין מאנסי און ער באווייזט איהם אז אויף קיין איינס פון זיי געפונט זיך נישט דער מדינת ישראל פאן. ווייל ער ארבעט מיט די הנחה אז א יעדער איינס פון די מוסדות זענען אקעיגן ציונות. וואס איז טיילווייז אמת. ווייל פון נישט זיין קיין ציוניסטישע אנהענגערס ביז טון די מעשים תעתועים וועלכע ער און זיין גרופ טוען איז נאך א שטיקל מרחק. שפעטער פארן זיי צו זיין (ישראל דוד ווייס) הויז. וועלכעס זעהט אויס זייער בעל'בתיש און קלאסיש אידיש אהערגעשטעלט פאר אזא צודרייטע בריאה. נאר, רעדנדיג מיט דעם אראבישן שגץ רעדט ער לכאורה גאנץ לאגיש (לשיטתו) ער רעדט זייער א גוטן ענגליש, וואס ער האט זיכער נישט געלערנט אין די ישיבות וואו אונז אלע, אדער רוב פון אונז, זענען געגאנגען. נאכדעם אינטראדוסט ער דעם אלטן דר-ק צו דעם אראבער. זאגנדיג אז זיין (דעם אלטנ'ס) ווייב איז שוין זעקס דורות א פאלעסטינער. דער אלטער קען נישט קיין אות אחת ענגליש. ער זאגט א ..."מאמר" און ווייס טרענסלעיט. נאר ער זאגט אזעלכע פערדישע זאכן וועלכע הייבן נישט אן צו מאכן קיין סענס אפילו לשיטתם. ער רעדט צום טמא'נעם אראבישן, אנטיסעמיטישן שייגעץ כאילו ער האט דא פאר זיך א קלאס, להבדיל אלף אלפי הבדלות פון אידישע קינדער. ביני לביני ווארפט ישראל דוד ווייס אריין זיין אייגענעם געדאנק. די אונטערשטע שורה פון דעם אלעם איז אז נאך די אלע דברי הבל ורוח וואס זיי רעדן דארט צוזאם פרעגט דער אראבער ימ"ש..."אבער וואס טוט עטץ צו אראפקלאפן דאס ציונות. (כאילו וואס זיי ביללן און טוען ביז איצט איז גארנישט מיט גארנישט). אויף דעם ענטפערט איהם ישראל דוד אז זיי גייען ארום איבעראל לעקטשורן און דעמאנסטרירן אקעיגן ציונות. אויך איז יד"וו מדגיש פאר דעם פאשאלטענעם אראבער אז ער קען אדורגיין גאנץ ווילאמסבורג און ער וועט נישט טרעפן אפילו איין ציוניסטישן פאן...!

די נאמען פון דעם קליפ אויף יו.טוב איז....Judaism in the era of Zionism
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר