אינטערעסאנטע פערזאנען און בלעטער אויף פעיסבוק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

אינטערעסאנטע פערזאנען און בלעטער אויף פעיסבוק

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך האב מיך היינט אנגעשטויסן אין אן אינטערעסאנטע ארטיקל מיט די פאלגענדע קעפל. "10 החרדים ששווה לעקוב אחריהם בפייסבוק". דער פארפאסער פון די ליסטע ברענגט אראפ צען מענטשן וואס לדעתו איז אינטערעסאנט נאכצופאלגן אויף פעיסבוק און ביי א יעדע איינער איז ער מסביר פארוואס ער האלט אזוי. איך האב געטראכט אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט אז די חברי הק"ש זאלן מאכן אן אייגענע ליסטע, א יעדער איינער זאל שרייבן וועלכע אינטערעסאנטע פיגורן און פעיסבוק בלעטער וואס זיי פאלגן נאך. מען זאל שרייבן א נאמען צוזאמען מיט א לינק און דערנאך זאל מען שרייבן אפאר ווערטער וועגן דער פיגור אדער בלאט. ובזה החלי.

עמיר פריימן
Amir Freiman
שרייבט איבער ספיריטואליטעט, חינוך און אביסל פילאזאפיע.

פרעד מעקדאוועל
ער האט אנגעהויבן יארן צוריק מיט א בלאג און היינט איז ער כמעט נאר אויף פעיסבוק. דער איז כמעיין המתגבר מיט עטליכע חידושים א יעדע איינציגסטע טאג פון אלטע היסטארישע צייטונג שטיקלעך אדער אינטערעסאנטע ספרים וכדומה. אויך זענען דא אינטערעסאנטע געשפרעכן אויף זיין בלאט בענינים העומדים על הפרק. [tag]המלוכה והממשלה[/tag] האט אמאל אנגעהויבן אריבערצוברענגן זיינע געפינסן דא קיין ק"ש.

ישראל גרינהויז
א געוועזענע גור'ער חסיד, האט אפגעלאזט חרדיזם און געווארן אן ערליכע איד. ער שרייבט בעיקר בענינים העומדים על הפרק פון אן אינטערעסאנטע קוק-ווינקל, ער האט א גאלדענע פעדער. (ער האט געשפילט אויף דער סדרת שטיסל.)

ר' מוטה פראנק שליט"א
ער איז דארט מפרסם זיינע שיעורים אדער אנדערע ענינים באמונה ווי אויך לפעמים בענינים העומדים על הפרק אדער בילדער.

די קלויז
דער בלאט פון די חבורה וואס פלעגן דאווענען אין די קלויז אין מאנסי. מפרסם בעיקר די טאדעי קליפס פון ר' שמעון סעמפ.

ר' זלמן שעכטער ז"ל
זייט זיין פטירה ווערט עס נישט אפדעיטעד צו אפט.

שאול קרויזר
א ירושלימער לץ וואס וואוינט (דאכציך) היינט אין בני ברק. ער פאוסט אינטערעסאנטע פאוסטס און קליפס (ער שפילט דערין גאנץ אפט) בענינים הנוגעים דער פרומע לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל.

Humans of New York
ברענדאן סטענטאן פאבליצירט דארט זיינע בילדער וואס ער כאפט בעיקר אין נו יארק, לעצטענס קומען די בילדער מיט א שטיקל דיסקריפציע. א גוטע חבר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף HONY אז עס איז נישט דא קיין בעסערע מוסר ספר דערפון.

שטיסל
אלעס בנוגע דער סדרת שטיסל.

929 תנ"ך ביחד
בילדער, ארטיקלן און פרשנות אויף דער לימוד התנ"ך יומי וואס איז מיוסד געווארן דורך הרב בני לאו.

מאוזעאיק מאגאזין
א געוואלדיגע אנליין מאגאזין וואס טוען פאבלישען און ברענגן צו ארטיקלן איבער תורה, אידישע היסטאריע און פאליטיק.

ר' עמיחי לאו
דער לעב-שול ראביי. ער האט אינטערעסאנטע געדאנקן און ברענגט אינטערעסאנטע ארטיקלן בענינים העומדים על הפרק.

תומר פרסיקו
א פרומע פראפעסער, רעדנער און שרייבער בעיקר בעניני דתות און אויך אביסל אין פילעזאפיע.

שעראן סאלזבערג
א וועלט בארימטע שרייבער און מעדיטאציע גורו. שרייבט איבער מיינדפולנעס מעדיטאציע.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר