קול מחאה קעגן אפיקורוס'ישע קול מחאה'ס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1310 מאל

קול מחאה קעגן אפיקורוס'ישע קול מחאה'ס

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

סתם מקשן עם הארץ. אמת, אבער פארט א הארבע קשיא

נאך זעקס לאנגע בלעטער און צעהן קאווע שחרית'ן מיט מחאות נמרצות אנטקעגן די חוצפה נוראה פון אפאר וויליאמסבורגע חותמי חותמות פוער צו זיין דעם פה נגד א גדול בישראל אין בני ברק, הויבט אן דאס ווערימעל פון ספק אריינצודרינגן אין מיין אונטערבאוואוסזיין אז אפשר שטינקט עס גאר פון קאפ. דהיינו, אויב פארן בלויזן זיך מתחצף זיין קעגן א גדול בישראל ווערט אזא אויפברויז און א טומעל, נו אפשר הויבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. מאן יימר אז דער גדול (אדער וועלעכע אנדערע גדול וואס "מ'טאר אויף אים נישט רעדן מיט זלזול") איז בכלל דאס וואס מען פארציילט ער איז. אויב איז קריטיק נישט ערלויבט, און נאר גדלות און שבחים איז מותר לבוא בקהל, ווער קען געבן גארענטי אז די מעשה האט זיך נישט אנגעהויבן פון די פארקערטע זייט. אפשר איין שיינעם טאג האט איינער, אדער אפאר תלמידים פון א ראש ישיבה אדער חסידים פון א חסיד'שע רבי אנגעהויבן צו טרומפייטרן מיט זייער קדוש, פארציילט זייערע חברים פון זיין אויסטערלישע לומדות און פרישות, נאכפארציילט "מימרות" פון אנדערע גדולים ואדמורים פון די רינג איבער זייער צדיק, און פון דארט און ווייטער איז פאלג מיר א גאנג. מעגסט גלייבן, אז דו ווילסט. מעגסט אויך נישט גלייבן. האלב פון די מענטשן וועלן ממילא גלייבן אלעס וואס מען פארציילט זיי ביז קיינער ווענדט זיי נישט אפ. די אנדערע האלב וועט שוין נאכפאלגן, נאכן זעהן אז רוב מעטשן גלייבן דעראין. און זאגן פארקערט טארסטו דאך נישט ווייל דער קאוד רויט פון "מ'טאר נישט רעדן" באשוצט יענעם מספר'ס פאנטאסטישע מעשיות מיט די שטעקרסטע שיכט פון פארזיכערונג.

דאס זעלבע אויך גייט כמובן אויף די קרעדיט פון די חותמים סארט לאגער. זיי קען מען אויך פרעגן די זעלבע קשיא (אויב מ'מעג, פארשטייטזיך), אויב איז דיין גאנצע סמכות אז דיין רב'ס שיטה איז ריכטיג געבויעט אויף די יסוד אז אויף דיין רב טאר מען נישט מפלפל זיין, איז אפשר איז לעולם יא דא שטארקע פירכות אויז זיין מיינונג, ס'ווערט נאר פשוט נישט ארויפגעברענגט פאר דיר ווייל ביי דיר טאר מען אויך נישט פרעגן קיין קשיות?

אין תוך גענומען, צו מיר, די וואס האלטן בשיטה אז אויף זייער גדול, רבי, קדוש, רב ז"ל, פרוש, מקובל, צדיק א.ד.ג. טאר מען נישט מפלפל זיין, זיי זענען די שוואכסטע מאמינים אין די ישרות פון די שיטה וואס זיי באשוצען. ווייל אויב איז זייער שטערקסע געווער אז "מ'טאר נישט רעדן" דאן זאגט עס קלאר, אין אנדערע ווערטער, אז ס'איז דא גאר שטארקע חששות, ביי די וואס לאזן נישט רעדן, אז אויב זאל מען ווען יא מעגן רעדן צופאלט די גאנצע פירימאד ווי א זייפן בלאזן אויף יסודות פון נאסע חרוסת. אויב מוז דיין ראש ישיבה זיין באשיצט פון הארטע אויסגעשפראכענע קריטיק מוז זיין אז דו ביסט דער גרעסטער פחדן אז ס'איז דא עפעס וואס טאר נישט קריטיקירט ווערן. חז"ל זאגן אונז "איזהו אפיקורוס זה המבזה תלמיד חכם", נישט 'האומר שתלמיד חכם פלוני אינו כל כך תלמיד חכם', אדער 'החושב תלמיד חכם אלמוני טעה בדבר משנה'. אויב אבער גלייבט איינער יא אז מפלפל זיין אין דעם'ס תלמיד-חכם'שאפט אדער אין אריינווארפן א ספק אין יענעם צדיק'ס מיינונג איז אפיקורסות דאן זיצן זיי אויפן סאמע אויבן-אן פון די אפיקורסים חתונה.

מיט אזעלעכע מאמינים ווער דארף נאך קול קורא'ס.

*********************


והוא רחום וגו'
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר