עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה

שליחה דורך שלום שטיסל »

אז מ'קוקט ארום ווער ס'לויפט פאר פרעזידענט זעהט מען עפעס א אונטערסאנטע געשעניש, כל צרוע וכל זב יעדער וואס ליידט ליגאל אויף סיי וואס מ׳קען ליגאל אנרופן א׳ דיסארדער וועט ענדערשט אנציען מאמענטום פון דעם אלט געזעצענעם ערפארענער פאלעטישאן.

די וועלט האט זיך גענצליך טראנספארמירט און די לעצטע פאר יאר און זיך אויסגעטאהן די קליידער פון נארמאליזם און זיך אהערגעשטעלט אלץ א סעלעברעטי וואס גלייכט משגעים און זייערע שגיונות, דער וואס איז אמאל געווען אראפגעקוקט אלץ א אינו מן הישוב און דער עולם האט זיך געהאלטן ווייט פון אים איז היינט די העלד און דער מאדעל פון א יוניק געשמאקער כאראקטער וואס איז א געשמאק זיך צו געפינען און זיין אנוועזנהייט, און פארשטייט זיך פארמאגט א פאלויער באזע פון טויזענטער וואס ליינען און לייקן זיינע טיפזיניגע דברי חכמה, דער וואס איז אמאל געווען דער העלד זייענדיג דער חכם וואס האט נישט גערעדט מיט עפעס אבי ווער אן א אפוינטמענט א וואך פריער איז היינט דער וואס קוקט ארויף דעם סאשעליסט מיט געמיינע אומציווילזירטע אומאויספירלעכע געדאנקן.

אויב איז אמאל געווען אזאך ווי עסטעבלישמענט און פרעסטידזש איז עס היינט נישט מער ווי דער סיסטעם וואס ארבעט מער נישט און האט קיינמאל נישט געארבעט, און אויב איז פאליטקלי קאררעקט אמאל געווען א מוז איז עס היינט א חיסרון און סאיז עפעס וואס קיינער טרייט זיך נישט צו אינדענטעפצירן דערמיט. אויב איז אמאל פראפעגאנדע פארן פרעזידענט געווען זיך פארמעסטן מיט רוסלאנד און אירע פירער איז עס היינט זיך פאטאראפירן מיט ספארטלער און זיין שטארק פארנומען מיט גלאבעל ווארמינג אלץ א נומבער איין אישו בשעת וואס דער גאנצער מיטל מזרח ברענט און פייער און רוסלאנד האקט אראפ פליגערס פיל מיט פאסאדזשירן באמבאדירט שפיטעלער און באנוצן זיך קעמיקעל וואפן קעגן ציווילע קעמפער.

ווער האט זיך געגלייבט אז הילערי קלינטאן און דזשעב בוש צוויי ריכטיגע פאר-מקדושים'ס שטאמענדיג פון גרויסע משפחות מלא יחוס ריכטיגע בנש"ק'ליך מיט אלע קלאפערגעצייג, וועלן פאלן פאר אזעלכע נישטיגע קאנדידאטן ווי דאנאלד טראמפ און בערני סענדערס וואס זאגן אויף זיי אז זיי האבן זיך געלערענט פאליטיקס פון קאמעדי שאו׳ס איז שוין אפשר אפילו איבערגעטריבן, ווער האט זיך געגלייבט אז דער איינציגסטער וועג אנצוציען אין די פאולס וועט זיין מאכן שוואכע אומריכטיגע געמיינע ראסיסטישע סטעיטמענטס אויפן מייקרפון פאר צענדליגער שאקירענדע אויסהערער, ווער האט זיך געגלייבט אז און 2016 וועלן מענטשן אן קיין שום פריערדע ערפארונג אין פאליטיקס א שטייגער ווי דר קארסן אנציען מער ווי אלט געזעצענע ערפארענע פאלעטישאנס. אויב וואלט אמאל מר טראמפ געצויגן מאמענטום זייענדיג א ביליונער און א געלונגענער ביזנעסמאן איז ער כהיום מער פאפולער מיט זיין מעקסיקאנער וואנט און זיינע אנדערע סטעיטמענטס וואס א אמאליגע פאלטישאן וואלט פארלוירן די וואלן אפילו נאר מיט איינס פון זיי ווי אלץ א געלונגענער ביזנעס מאן.

ווי איך טראכט איז דער גרעסטער מיסטעיק פון די קלינטאן קאמפיין צו באהאלטן אונטערן קארפעט די אימעיל סקאנדאל, זאלן זיי האבן שכל און עס לייגן אויף די קאמפיין עדס און אינפארמירן די וואוטערס וואספארא אומליגאלע זאך זי האט געטאהן וואלט זי געווען סך העכער אין די פאולס.

און לאמיר נישט פארגעסן: ווער האט זיך געגלייבט אז אונזער אלעמען באליבטן ווערמין סופריעם (׳ירום הודו׳ ווי אונזער שטיבליסטן רופן אים) וועט קענען ערקלערן זיין קאנדיטור פאר פרעזידענטשאפט פאכענדיג מיטן בעזעם און א שטיוועל אויפן קאפ און און נישט ווערן ארעסטירט אדער כאטש ווערן אריינגעלייגט א אינסטעטושן.

******************************************
וואס מיינט דאס פאר אונז אידן?

וויאזוי סגוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך, אויב איז אמאל געווען דינאסטיעס פון האלברשטאם'ס טייטלבוים'ס רוקח'ס אדער טווערסקי׳ס איז עס היינט געווארן איבערגענומען דורך אינגע כאריזמאטישע פירער, גענדיגט מיט די ערענסטע טישן פון זעקס שעה זיך שאקלן זונגען כל מקדש און קוקן ווי דער רבי שיילט די פיש-סקין מיט די פינגער-נעגל, און גענוג געווען מיט די זויערע פירער וואס רירן זיך נישט א קוצו של יוד פון זייער עלטער זיידע און גאליציע, פארגעס פון די זיידעס באבעס, אייניקעל איינמאל אדער זעקס מאל, זיין פלעין א נארמאלע רב וואס לערענט און דאווענט איז מער נישט פאפולער און נישט קיין אייטעם מיט וואס מ׳גלייכט זיך צו אידענטיפצירן דערמיט.

היינט האבן איבערגענומען אזעלעכע וואס זייער נארמאלע אקטיוויטעיט און א ערענסטע מינוט איז טאנצן אויפן טיש מיט די הענט ארויף און ציגרעטעל אין מויל, אזעלעכע וואס זענען געבוירן געווארן מיט א אלערדזשי צו די שטיינערנע ערד און שטייען נאר אויף טישן, נאך א כוס זעקס-און-ניינציגער, גענדיגט מיט דינאסטיעס און שלשלת'ער.

מיר גלייכן ענדערשט די למעלה מן הזמן אידן, די וואס דאווענען שפעט, פירן צעמישטע זמנים, גייען מיט בגדי שבת מיטוואך און פראווען יעדע שני וחמישי יומא דפגרא׳ס והילולא׳ס.

מיר גלייכן נישט די מצומצמים וואס גייען אויף א איינצעלע שניט, ענדערשט אזעלעכע ברייטע מוחות וואס זענען א געבוי (אדער א געמיש) פון חב״ד ברסלב און קארלבאך און פירן זיך מיט בריסקע חומרות און אמשינובע זמנים.

אויב זעהט איר די 15 יעריגער בנשק'ל וואס ס'דערקענט זיך אויף זיין שאקלען ביי שחרית זיינע חלומות פון די לאנגע טישן מיט די הויעכע פארענטשעס גייט צו צי אים און זאגזשע אים אז טיים אווער.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר