וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן זכאי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו

שליחה דורך בן זכאי »

אלס בחור בין איך געווען א געטרייע קונה פון די וויליאמסבורג – בארא פארק באס ליניע, נעמליך בי110, שוין יארן וואס איך האב נישט ארויפגעטרעטן אויף די באסעס, מיט קיין אנגענעמע זכרונות בין איך נישט געבליבן פון מיינע נסיעות [מערסטנס שטייענדיג] און איך אייביג פרובירט צו פארמיידן דעם קאשמאר פון אזא נסיעה, לעצטנס האט זיך מיך געמאכט אז איך האב געדארפט פארן אויף די ליניע, איך האב מיך געוואלט שפארן דעם צוואנציגער וואס קאסט א קאר סערוויס און די דבר תורה וואס ס'קאסט א היטש, און ווי א וואוילער איד האב איך גענומען דעם דריי דאלער און א קוואדער און זיך ארויפגעשטיפט מיט נאך א פופציג אידן אויף די באס וואס פארמאגט ארום דרייסיג זיץ פלעצער, און די אמאליגע קאשמאר זענען מיר צוריק ארויפגעקומען, אבער מיט מיין היינטיגע שכל פרוביר איך צו פארשטיין, ווי איז דער ציבור? פארוואס לאזט מען זיך שפייען אין די קאשע דורך א געלדגייציגער בעל הבית וואס נוצט זיין מאנאפאל מיט א עקלהאפטיגע אראגאנץ?
די סערוויס פון די פירמע האט נישט איר'ס גלייכן אפילו צווישן אונזערע היימישע געשעפטן וואס צייכנען זיך נישט אויס אין קאסטומער סערוויס, עס איז א זעלטנהייט פון א פירמע וואס פונקציאנירט בכלל נישט ווי א צוויי זייטיגע אונטערנעמונג פון א קאמפאני מיט קליענטן, די אפאראט פונקציאנירט גענצליך אן זיך וויסנדיג מאכן פון די געברויכן פון זיינע קאסטומערס, ער פייפט אויפ'ן עולם, ער לאכט זיך אויס, ווען האט איר די לעצטע מאל געזען אז ער עדווערטייזט בכלל אדער אז ער טוט סיי וועלכע זאך וואס צייגט אז ער זוכט צו זיך אהערשטעלן פאר זיינע קליענטן, עס קוקט עפעס אויס ווי ער שטעלט צו א סערוויס פאר וועלכע מיר אלע דארפן אים אפלאדירן און זיין דאנקבאר.
איר האט אמאל געזעהן אז ער זאל צושטעלן מער באסעס ווייל עס איז א פארנומענע סעזאן? איר האט אמאל געזעהן אז ווען עס איז א אייז קאלטע וועטער זאל ער צושטעלן נאך איין באס אז מען זאל נישט דארפן פרירן פאר קעלט? בכלל ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט עפעס געטוישט לטובת די רייזנדע?
און דער ציבור נעמט עס אן גלייכגילטיג, מען האט זיך שוין עפעס צוגעוואוינט אז מען קען גארנישט טון, די מערסט באנוצטע טראנספארטאציע ליניע פון היימישע אידן באלאנגט צו א מאנאפאל וואס טוט ככל העולה על רוחו, און מיר קענען נאר שלום מאכן מיט די מצב, פארן אין איבערגעפולטע באסעס, אן די מינדעסטע באקוועמליכקייט, לאמיר נעמען אזא רשעות פון אפילו נישט צושטעלן א נארמאלע סיסטעם צו באצאלן, ווילסט נישט געבן קיין טשעינדש? אקעי, אפשר שטעלסטו צו א מעגליכקייט פון צאלן מיט א קרעדיט קארטל אדער באקומען קרעדיט אנשטאט טשעינדש? וואס עפעס! פאר וועמען? עולם גולם וועט דאך ווייטער פארן א שאד יעדע פעני.
און די דרייווערס איז א פרשה פאר זיך, עס זעהט עפעס אויס אז צו ווערן אנגענומען אלס דרייווער דארף מען זיין קוואליפיצירט אין בהמה'ריי, נישט קענען קיין ענגליש און שרייען ווי א הונט אויף די רייזנדע, א דרייווער וואס פארשטייט וואס די פאסאדשיר וויל? א דרייווער וואס קען רעכענען וויפיל פיר קוואדער'ס זענען? צו וואס ברויך מען דאס אבי זיי נעמען ווייניגער ווי זיבן דאלער א שעה, מי יאמר לי מה תעשה, די בהמות וועלן ווייטער צאלן די דריי סינגעלס מיט'ן קוואדער, זיך אפווישן די נאז און נישט אפילו קאמפלעינען [איז דען דא ווי? איר האט אמאל געזעהן א נאמבער ווי מען קען רופן פאר קאמפלעינס?]
און די באסעס? השם ירחם, גייט ארום אין אלע פופציג שטאטן און איר וועט נישט טרעפן אזעלכע באסעס קרוסירן אויף די שאסייען, זיי זענען אזוי אלט ווי די המצאה פון באסעס, זיי האבן נאך געטראגן די שארית הפליטה פון עליס איילענד קיין וויליאמסבורג ווארשיינליך, שמוציג, עקלהאפטיג, פארקלעבט, צוזאמענגעשטיפט, און ווער רעדט נאך פון די טאנצעריי, עס טאנצט און טאנצט ביז עס מאכט זיכער אז יעדע פאסאדשיר איבעלט שוין, עס זעהט אויס אז ער טאנצט אפילו באנאכט אין פארקינג לאט.
יעדן טאג וואס די וויליאמסבורג – בארא פארק באסעס קורסירט נאך אויף אונזערע גאסן איז א חרפה און א בושה פאר אונזער געמיינדע, עס מיינט מען קען אונז פירן אין באד, מען באקומט א מאנאפאל און מען דארף גארנישט זיך צושטעלן, איך ווייס נישט וואס קען געטוהן ווערן, איך האב פרובירט צו רופן צו די טראנזיט דעפארטמענט געבן א קאמפלעין אבער איך האב זיך עפעס נישט קיין עצה געגעבען, איך וויל הערן פון אייך, וואס קען מען טוהן? צו איז נישט העכסט צייט אז מען זאל קענען פארן נארמאל פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אן אריבערגיין דעם קאשמאר וואס רופט זיך די וויליאמסבורג בארא פארק באס?

דער אשכול פארמאגט 80 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר