קאלאנאסקאפי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

קאלאנאסקאפי

שליחה דורך פליקער »

קאלאנאסקאפי

איך בין שוין גרויס און מער נישט קליין, איך שטעק שוין מיין פיס און זיידע שיך, איך גיי האבן א קאלאנאסקאפי, איז פארוואס זאל דען דער עולם נישט מיטהאלטן לייוו, זאל דער עולם וויסן וואס דאס איז, און וואס דער פלאן איז, און וואס איך גיי מיטמאכן מיטן הילף פון הקב"ה.

צים אלעמען ערשטן ברויכן מיר דורך שמיסן די וויכטיקייט בכלל פון די קאלאנאסקאפי, פארוואס דורך גיין די עסק ביש, פארוואס נישט איגנארירן, ווייל איגנארירן האט נאך קיינעם נישט געהיילט, ווען מען ווערט גרויס ברויך מען דאס אריבער גיין, איין ביסל פריווענטשן איז ווערט פיל מער ווי די ביטערע נאכפאלגן וואס קען קומען דורך פארפאסן א גאלדענע געלעגענהייט.

פארשטייען מיר שוין אז מען טאר נישט ווארטן ביז עפעס איז נישט און ארדענינג, נאר ווען מען הייבט שוין אן צי זען שני שערות לבנים איז ראטזאם צי ריפן דעם קאלאנאסקאפיסט, און עס איז זייער וויכטיג צי אנמערקען אז עס זענען פארהאן דאקטורים וואס מאכן דאס ביי זיך אין אפיס, איינמאל א וואך קומט א מאן מיט א לאנגען שלויך און רייסט זיך אריין ביים עולם'ס אינטן, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע וועיג, מען ברויך גיין צי א קאלאנאסקאפי צענטער, וואס האבן פיל בעסערע מאשינען, און דערמיט פארזיכערט מען סך מער שאנצען אז ער זאל באמערקן די פראבלעמען ווען זיי זענען נאך פיל קלענער.

וואס זיכן זיי דארט, זיי וועלן אריין מיטן שלויך וואס האט א געהענגל מיט אינסטרעמענטן ראש וראשון איז די קאמארא, עס כאפט אפ אלעס וואס עס טוט זיך אינעווייניג, פון כל מיני געשווילאכצן און געוויקסן און לעכער וואס ווערט אנגערופן אלסער'ס, דאס איז ווען עס איז שוין געווענטלעך דא פראבלעמען, אבער און די געווענטליכע סקרינינג פראסעס זיכן זיי ארים פאר פאליפס, דאס זענען אזעלכע קליינע אימשילדיג אויסזענדע קליינע ווארצעלעך, וואס פאלגען נישט נאך די געווענטליכע ארדערנוג, אמאל זעיט מען דאס אינטערן ארעם אדער צווישן די פיס פון פעשע וואס שוויצען, וואס ווען א הויט דאקטאר זעיט דאס נעמט ער א שערעלע און גיבט אזא מאלע אראפ, אבער ווען עס געפינט זיך און א פארבארגן ארט ווי טיפ אין די קישקע, ברויך מען דאס סקרינען מיט די קאמארע פייפ, ווייל א פאליפ אויב לאזט מען דאס איבער האט עס א ריזיגע שאנץ צי דעוועלאפן צי א טומער ח"ו.

ווען זיי געפינען די פאליפס, ציען זיי ארויס אזא שערל פונעם ראבאטישן שלויך'ס ארסינאל, און שניידן עס אראפ, און לייגען עס אריין און אזא טעשל ווי מען זאמעלט די פאליפס, און נאכן פראצעדור שיקט מען אוועק צי א לאברעטארי פאר אינטערזיכונגען, זעין די סעליאלארע אינהאלט פון די פאליפ, עס נעמט א צוויי וואכן ביז זיי לאזן וויסן די אינהאלט דערפון און אויב מען ברויך עפעס טיען דערצי.

איצט צים עצם פראצידור, מען ברויך מאכן א אפוימטעמענט מיטן אחור פלאמבער, ער וועט מיט דיר אדורך שמיעסן די וויכטיקייט פונעם פראצעדור, ער וועט דיך אויספרעיגן די פשוטע פראגעס ווי אויב האסטו בויך וויי, אויב בליט פין אינטען, אדער אויב ער ברויך עפעס ספעציעל זיין פארזכטיג, דהיינו אז ווען דו האסט געהאט אמאל אנעסיזיע ביזטו געוועין און א סכנה.

דו ברויכסט פארשטיין אז אלעס ארבייט היינט אטאמאטיש, אפילו זיין שמייכל און ווי ער מאכט זיך נייגעריג, קוק עס אן ווי א קאר וואש, מען גייט אריין פון איין זייט מען קומט ארויס פון די אנדערע זייט, און אלעס אינדערמיט מאכט נישט אויס, דער עיקר איז אז מען זאל ארויס מיט א גאנצע קאר, אלעס איז אטאמאטיש און ראבאטיש, אבער די מעלה איז אז עס איז וויכטיג און א מינימאלע פראצעדור, ער וועט דיך נישט געדענקען און דו וועסט זייער שנעל פארגעסן פון זיי.

דער דאקטאר וועט דיר פארשרייבן א געטראנק, די געטראנק זאל מען וויסן אז עס איז דא עטליכע ערליי, אמאל איז עס געוועין א געפערליכע עקעלדיגע געטראנק, אזש אז מען איז שוין באלד אלעס מוחל אבי נישט טרינקען די חזריי, אבער היינט איז שוין דא א בעסערע וואס שפירט ווי א פשוטע זיסע געטראנק, און בכלל נישט שלעכט, על כן זאל מען מאכן זיכער אז מען פארלאנגט די סארט, און עס הייסט prepopik.

מען ברויך זיין אויסגעליידיגט פון צואה די גאנצע וועיג ארויף כדי דער דאקטאר זאל האבן א גרינגע רייזע ארויף, און קענען כאפן שיינע בילדער וואס די כל העולם כילו זאל זיך רייסן דערנאך, פארלאנגען זיי צי זיין אויף א ליקוואד דייעט פאר איין טאג איידער מען ווערט געשלויכט, און די געטראנק וואס מען טרינקט מאכט אן א חרבן, עס צימאלט די גאנצע צואה צי וואסער און מען הייבט אן מאכן ביז מען איז לער, דאס איז גריידע נישט קיין שלעכטע געפיל אז מען ווערט מיסטערעז א גוף נקי וואס אפילו גרויסע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשען, אולי קען מען עס פארקויפן ביים מקוה איד, על מנת אז מען ניצט די בית הכיסא פין דערהיים, ווייל עס איז רייטזאם צי האבן די בית הכיסא סמוך לשלחנו, און נישט ארויסלאזן פון די אויגן ווייל אויב ברויך מען קלאפן אויף די וואנט אז אלע דבר יום היומו ליינער און אלע רייכערער זאלן שוין מאכן די פאפיר ווערק דאן וועט זיין ביטערע קאנצעקווענצען, מען וועט מאכן אין די מכנסים גארענטירט, איך זעלבסט האב געמייכנט א גאנצע נאכט יעדע שעה, עטליכע מאל האב איך זיך אויפגעוועקט און געמיינט אז עס איז שוין נאך אלעם, אבער עס אעז נאר געוועין א בייזע חלום, און איך אלע מאל אויסגעפיעט זיך צי דערקייקלען צים בעסקיס אן קיין בזיונות.

מען טאר נישט טרינקען גארנישט פון ציפרי, זיי וועלן דיך אויך נישט לאזן דרייוון קיין קאר ביז אכט שעה נאכן פראצידור, מען פילט אויס א שטויס מיט פאפירן, מען פארלאנגט אז מען זאל אלעס אויסטיען, מען טוט אן די פאריקטע פאציענט קלייד, וואס דאס איז זיכער עפעס א קאנספיריסי וואס איך קען נישט דערגיין, ווייל איך קען קיין מאל נישט פארשטיין ווי אזוי עס ברויך ארבייטן, אלע פאציענטן פון אלע שפיטעלער דרייען זיך ארים מיט זייער אחור'ס אינדערויסן פאר קיין שום סיבה, מען ווייסט שוין ווי אזוי מען פליעט ביז די לבנה, אבער די פארשטינקענע קלייד קען מען נישט מאכן א נייע ווערסיע, וואס זאל האבן עפעס א חן ציזיך מיט א לעינגערע בענדל עס זאל זיין גרינגער פארן פאציענט זיך אן עצה געבן דערמיט, זיכער העכערע זאכן.

מען לייגט אריין א אייווי און דער דאקטאר זאגט ביי ביי, אמת די שפירסט ווי ביי די סופער באל, חחח, זיכער א וויץ וואס ער מאכט שוין כאטש צוואנציג יאר, איך האב נישט אויסגעפיעט צי זאגן אז וואס איז דאס סופער באל, און די נעקסטע זאך וואס איך געדעינק א גרעבליכע נערס וועקט מיך אויף און זאגט מיר אלעס איז פארטיג, איך האב פראבירט זיין העיפלעך און פרעיגן צי איך האב עס איבערגעלעיבט, און אז זי זאל עס מיר איבערווייזן, פרעיגט זי מיך צי זי זאל מיך ציפן, האב איך איר געפרעגט צי טויטע לאזן זיך נישט ציפן, איך האב עס געשפירט פאר פאני, אבער זי האט געמאכט א גרימאס, און געפאדערט צי איך וויל וואסער אדער עפל זאפט, איך האב געזאגט אויב איז עס פריי פון אפצאל דאן געב אהער ביידע, וכך הוה, געטרינקן און זיך אנגעטיען, דער דאקטאר האט זיך באוויזן און געברעינגט די בילדער פון מיינע קישקעס און געזאגט אז איך בין פריי פאר פינף יאר און ער וועט מיר שיקן דאן א אימעל, אבער איך גלייב אז ביז דאן וועט זיין ביליגער און גרינגער צי היילן די מחלה ווי מאכן די טעסט, דער דאקטאר האט מיך מודיע געוועין אז היות ער פאמפט אריין ליפט אין מיינע קישקעס גיי איך נפחון פאר א צייט אפשניט, זאל זיין אזוי צים גיטן איך האפ נאר אז איך וועל קענען מבחין זיין ווען די נפיחה איז בלויז ליפט אדער האט עפעס ממשות, ווייל איך וועל נישט אזוי שנעל פארגעסן פון די שווערע דייעריע, זאל דער אייבישטער שיקן פאר אלע רפיאות און ישיעות וכל טוב.

פארוואס זאג איך עס אייך, ווייל איך קען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר