ביים לעצטן גלות-שטאפל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

ביים לעצטן גלות-שטאפל

שליחה דורך בר-כוכבא »

אפטמאל דאכט זיך אז דער שווערסטער חלק פונעם גלות איז אקצעפטירן און אויספירן די גאולה - אז זי איז דא, האט שוין געשטעלט דעם ערשטן טריט דורך דעם שוועל, קומט אונז קעגן און אלס נאענטער, און ווארט מיר זאלן שטעלן דעם ערשטן שריט און זי קעגנגיין. אנשטאט זי מקבל פנים זיין, בינדן מיר זיך אליין איין אין קייטן וואס קיינער האט אויף אונז נישט ארויפגעלייגט און בלייבן איינגעלייגט אין ווינקל.

מיר האבן שוין לאנג פארגעסן וואס דאס מיינט צו לעבן במנוחה, רואיג, ביי זיך אינדערהיים, און זיך פילן פולשטענדיג בעל הבית. די גזירת הגלות האט אויף אונז ארויפגעצווינגען א הכנעה, א געפיל פון אפגעפרעמדקייט, פון אומזיכערקייט, פון פילן די ערד זיך כסדר שאקלען אונטער די פיס. די הרגשה איז ווי א שאטן אונז נאכגעלאפן און באגלייט דורכאויס דעם גאנצן לאנגען וואנדער-וועג. אפילו יעצט, ווען מיר האבן באקומען אונזער היים אויף צוריק, בלייבן מיר איינגעקורטשעט אין א ווינקל און קוקן אויפ'ן ארום מיט צעשראקענע בליקן. מיר ציטערן אויף פון יעדן שארך און זיצן איינגעלייגט ווי גלייך מיר וואלטן געווען אנגעוויזן אויף פרעמדע חסדים.

אפילו די היים אונזערע, וואס די השגחה האט אונז אומגעקערט, באטראכטן מיר נאך אלץ נישט ווי ממש אונזערס. טייל פון אונז פילן אן אומהיימליכע פרעמדקייט כלפי דעם שטיק לאנד אונזערן, און אנדערע באטראכטן זיך ווי טאקע יא "בארעכטיגט" דארט צו וואוינען, אבער האבן פארט נישט דאס זיכערע געפיל פון א בעל הבית וואס איז צוריק געקומען אין שטוב נאך א לענגערער אפוועזנהייט.

דער רבונו של עולם האט אונז פארטריבן פון אונזער לאנד, ווי ער האט יארנצענדליגער פריער געווארנט ער וועט טאן אויב מיר וועלן זיך נישט פארבעסערן, זיין אויפריכטיג און יושר'דיג, באהאנדלען דעם ארעמען און שוואכן מיט אמת און צדק. דער זעלבער ג-ט האט אבער אין דער זעלבער צייט, דורך די זעלבע נביאים אונז פארזיכערט אז דאס אלעס איז נאר צייטווייליג. קומען וועט די צייט ווען דאס לאנד וועט צוריקקומען צו אונז און מיר צו איר. און די צייט איז געקומען - אין אונזערע צייטן. ארץ ישראל איז צוריקגעקומען צו אונז אויף זייער אן ענליכער שניט ווי ס'איז פון אונז אוועקגענומען געווארן: דורך די הענט פון די וועלט'ס מאכטפולע לענדער - דעמאלט בבל און רוים, היינט די פאראייניגטע שטאטן און דעם יו-ען.

די זעלבע נביאים וואס האבן געווארנט וועגן דעם אנלויפנדן חורבן האבן איינצייטיג קלאר געמאכט דעם ענדגילטיגן גורל פון די פיינט. ביידע האבן געדארפט געשען: דער חורבן און גלות, און אויך די שטראף פאר די אומגליקליכע קעניגן, וואס האבן געדינט אלס שלוחים אויסצופירן דעם ג-טליכן באפעל. די שטראף איז געקומען און לבסוף האבן די נאכגייערס פון יענע גרויסמאכטן געדינט אלס די שלוחים פון דורכפירן דעם ג-טליכן באפעל אומצוקערן דאס לאנד צו די אייניקלעך און יורשים פון יענע פארטריבענע יהודים.

יעדער פארשטייט אז דאס לאנד איז אונזערס און וועט שוין אזוי פארבלייבן. אלע פארשטייען עס, אויסער מיר אליין. א סך אידן ווייסן, פילן און לעבן יא אליין דורך די גאולה, אבער טיילן פון אונז, פונעם כלל איד, האבן אויסגעקליבן צו איגנארירן דעם נס וואס שפילט זיך אונז אויס פאר די אויגן. מיר פילן עס, אבער פרובירן מיט געוואלד אפשטופן דעם הרגש וואס קיינער, אויסער דער השגחה פארשטעלט ווי די טבע, האט אונז אריינגעלייגט טיף אינעווייניג אין א ווינקל באוואוסטזיין, דארט וואו מיר האבן מורא צו ווענדן די אויגן און כאפן א בליק... אנשטאט זיך דערלויבן צו שטעלן עטליכע טריט - איין קליינעם טראט כאטש - אין יענער אומבאקאנטער טעריטאריע פון היימליכקייט, אייגנקייט, זעלבסשטענדיגקייט, שרייען מיר נאך העכער, אויף גרעסערע קלייניגקייטן, "איני מכיר"...

איני מכיר - אין וואס? אין אונזערע רעכטן אויף ארץ ישראל? אינעם פאקט - א רוי, טרוקן שטיקל מציאות - אז דאס לאנד איז צו אונז צוריקגעקומען אויפ'ן זעלבן אופן ווי זי איז פון אונז אוועקגענומען געווארן? אין די נביאים וואס האבן מיט יארטויזנטער צוריק געזען די פארוויסטטע בערג פון יהודה זיך באדעקן אין גרינס? אין די פסוקים פונעם תנ"ך וועגן וויינגערטנער אין שומרון וואס וועלן ווידער בליען און אנטרינקען דעם איד מיט גוטן וויין? אין די גאסן פון ירושלים וואס זענען פול מיט אלטע אנגעלאנט אויף זייערע שטעקנס און יוגעלעך און מיידעלעך וואס פילן אן די גאסן און געסלעך פון דער הייליגער שטאט? אינעם הייליגן בארג וואס איז צום ערשטן מאל אין 2,500 יאר פולשטענדיג צוריק אונטער אידישן בעלות?

מיר מעגן קרעכצן אויף דעם וואס דער מצב פון יהדות פונעם אידישן לאנד שטייט נאכנישט ביי דעם שטאפל וואו ס'וואלט זיך געוואלט. מילא, אויך זיי, פונקט ווי אונז, זענען נאכנישט אינגאנצן מוכשר אויפצונעמען די פלוצימדיגע פרייהייט אין וועלכער די השגחה האט אונז אריינגעווארפן. אבער אפילו דער מצב שטייט נאכנישט ביים תיקון השלום, שפרייזט אבער יא אין יענער ריכטונג מיט גאנץ האסטיגע טריט. דארף מען זיך פרייען, אנשטאט פארזעצן מיט אן אויסגעדראשענער מערכה קעגן דער "ציוניסטישער גזירת שמד", וואס איז שוין לאנג אפגעדינט און כמעט אזוי רעלעוואנט ווי די מלחמה קעגן די צדוקים. פון ביידן, צדוקים און להכעיס'דיגע אנטי דת ציונים, איז כמעט נישט פארבליבן קיין זכר.

די גזירת הגלות, ווי עס שיינט, איז נאכנישט געקומען צו קיין פולשטענדיגן סוף. אנשטאט א פלוצימדיגן, הילכיגן אפשטעל, ווי מיר האבן זיך אין סאמע טיפן חושך פונעם גלות זיך עס פארגעשטעלט, האט די גאולה באשלאסן זיך אויסצושפילן מיט א רואיגערן טעמפא, אויף א געלאסענעם פארנעם, פארשטעלט אונטער א דינעם פירהאנג פון טבע. מיר, אזוי צוגעוואוינט צום גלות, קענען פון זיך אפטשעפען דאס גלות-געפיל, און ווען די ערשטע שטראלן פון גאולה האבן זיך באוויזן, האבן מיר אויסגעקליבן צו פארמאכן זיך די אויגן און איבערשפרינגען פון פיזישן גלות אריין צום גלות הדעת.

מיר זענען אזוי פארשוואכט און פארשמאכט פון לאנג גיין אויף שווערע, בלאטיגע וועגן אז מיר האבן נישט דעם כוח און מוט צו דערקענען און אויפנעמען די גאולה ווען מיר באגעגענען זי. בלייבן מיר טאפשען אין דער פינסטער און בלייבן עקשנות'דיג בעטן: "וקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ" - בעת יענער בת קול ענטפערט מיט א קוים הערבארער שטימע: "נו, קומטזשע. דאס פלאץ איז גרייט אויפצונעמען אייך, די וואס זיצן בקצה המחנה און קענען זיך נישט ברענגען צו עפענען די אויגן און אנערקענען אז די שפיל האט זיך געענדיגט."

זעסטו דאך, רבונו של עולם: מיר זענען שטעקן געבליבן. עס קריכט זיך נישט אזוי שנעל ארויס פון אזא לאנגער געוואוינהייט פון קרעכצן און וויינען. וועסט אונז, טאטע זיסער, צום סוף מוזן פון דא ארויסשלעפן מיט געוואלד. אנדערש וועלן מיר נישט גיין - נישט ווייל מיר ווילן נישט, נאר ווייל מיר קענען נישט. מיר זענען סטאק. מיר ווארטן אויף ניסים. דער נס, זאגסטו, איז שוין געשען און האלט אין זיך איבער'חזר'ן? כאפן מיר אבער נישט אויפ'ן ווינק. מה לעשות... מאך דעם נס, אז פארקלעמטע הערצער זאלן זיך צעברייטערן, פארגליווערטע געפילן זאלן זיך אויפלאזן, און פעקלעך יסורים זאלן צעפאלן. וועסט שוין זען ווי מיר וועלן קומען צולויפן!
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר