דער בארדיטשובער איז זיך מחיה מיט טראמפ'ן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

דער בארדיטשובער איז זיך מחיה מיט טראמפ'ן

שליחה דורך העניך »

האט איר אפשר באגעגנט דעם בארדיטשובער אין די לעצטע צוואנציג יאר? אויב יא, האט איר מסתמא באמערקט ווי ס'פנים איז אים אינגאנצן פארכמארעט. און נישט אומזיסט. ער אליין איז געווען א חסידישער רבי הונדערטער יארן צוריק, און ער קוקט זיך צו אין וואספארא חרפה זיין מורשה האט זיך פארוואנדלט, מיט די רבי'ס למיניהם וועלכע זענען אין דורכשניט גרעסערע טפשים, עמי-הארצים און רשעים ווי זייער דורכשניטליכן חסיד.

דער בארדיטשובער, דער סניגורן של ישראל, פרובירט שוין מלמד זכות זיין אויף אידן א סך יארן, אבער עס גייט נישט. וויאזוי פארענטפערט מען דאס אז צענדליגער טויזנטער מענטשן גייען בלינד נאך מנהיגים וועלכע פירן זיי נאר אין תהום אריין, און האבן נישט קיין שום קוואליפיקאציעס צו שטיין בראש פון אנדערע? וויאזוי קען מען מלמד זכות זיין אויף דעם טפשות פון נאכגיין מנהיגים וואס האבן שרעקליכע היסטאריעס פון שפיכת דמים קעגן אנדערע, און האבן נישט קיין טראפ ערנסטקייט און קלאס צו באטאפן וויכטיגע ענינים?

אין די לעצטע חדשים האט דעם בארדיטשובער'ס פנים אויפגעלאכטן. עס איז נישט די אידן! דאס איז א מענטשליכער פעלער וואס א גרויסער פראצענט מענטשהייט וועט דערמיט דורכפאלן אויב עס קומט אויס אזא נסיון. נישט נאר די אידן קענען שטיצן א רבי'ן וואס פרובירט צו פארברענען אנדערע מענטשן, נאר אויך מיליאנען אמעריקאנער פון פילע שיכטן און קרייזן קענען שטיצן א קאנדידאט וועלכער וויצלט זיך וועגן שיסן א מענטש אויף פינפטער עוועניו. נישט נאר אידן קענען נאכפאלגן א רבי'ן וואס רייסט אראפ מיט נידריגע לשונות יעדער וואס גייט נישט אין זיין שפאן, נאר אויך אמעריקאנער קענען שטיצן אזא איינעם. נישט נאר אידן קענען שטיצן רבי'ס וואס זייער עיקר הצלחה איז די ירושה פון זייער פאזיציע, נאר אויך מיליאנען גוים קענען שטימען פאר א מענטש וועמענ'ס עיקר הצלחה איז די מיליאנען וואס ער האט באקומען פון זיין טאטן. נישט נאר אידן קענען נאכטאנצן א מנהיג וועמענ'ס אנוועזנהייט אויף דער וועלטס ארענע איז זיין גרויס מויל, נאר אויך "נארמאלע" גוים קענען נאכגיין אזא סארט מענטש.

נישט נאר אידן קענען נאכפאלגן בעלי מידות משחתות, מיליאנערן וועלכע שטיצן נישט קיין ארימע, נקמה-געשלאגענע און שנאה אנגעפרעסע פערזענליכקייטן, קליינע מוחות און טיפשים וועלכע קענען נישט אויסלייגן א שורה אין זייער מאמע-לשון אנע פעלערן, רעאקציאנערן וועלכע טראכטן נישט א מינוט פריער וואס זיי וועלן זאגן - נאר צענדליגער מיליאנען אמעריקאנער שטייען ביים מאכן דעם זעלבן טעות מיט'ן אויסקלויבן דאנאלד טראמפ ווי דער פרעזידענט פון אמעריקע.

דער בארדיטשובער וואלט געהאפט אז דער עם חכם ונבון זאל זיין בעסער פון דעם אלגעמיינעם טראמפ-שטיצער, אבער כאטש אזוי האט ער אראפגענומען דעם קטרוג: די אידן זענען נישט שולדיג, דאס ליגט אין דער טבע פון דעם מענטש.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר