געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זענט איר שוין געווען ביי א חתונה?
סארא שאלה? ווער האט דען נישט קיין חתונה יעדע שני וחמישי? אונז זענען עפעס משפחה-לאזע גרים?
יא יא, דאס פרעג איך טאקע, צו זענט איר שוין אמאל געווען ביי א חתונה פון א גר?

איך קום יעצט צו גיין פון אזא חתונה. אנצורופען דעם שמחה "חתונה", איז אונטערגעשאצט. די אלעמען באקאנטען מחזה, ווי פוילע פיס שלעפן זיך קוים קוים אין א דריי-פערטל צובראכענע רינג, אבי "יוצא" צו זיין דעם שווערען לאסט און יאך פון זיך "באווייזען" פאר די מחותן, דאס האב איך היינט נישט געזעהן. בעצם האב איך גארנישט "געזעהן", אלץ וואס איז דארט געווען האט מען געקענט טאפן מיט די הענט. דאס התרגשות פון די משתתפים, די שמחה, און ועל כולם, דאס "אידישע ארגינעלע חן" וואס דער גר-צדק האט ערגעץ ווי פארשאפט, איז אומביישרייבלעך! איך האב באטראכט דעם חתן, מיט גאנצען פראכט, שיך און זאקען, דיקע גארטעל, גרויסע קאפעל, און א שיין שטריימעל, א לעכטיגע צורה, זיין שמייכעל, זיין פיאות!

איך האב – קיין וויץ – זיך נישט געקענט באלאנצירן פון התרגשות. איך שטיי פארגליווערט און טראכט: וואס גייט דא פאר? שטייען הונדערטע חסידישע אינגעלייט (+דר. קעסלער פון אסיסא) און מ'טאנצט אין די הייעך "אבינו מלכינו, אבינו מלכינו. אבינו מלכינו, אבינו מלכינו.. פתח שערי שמים" – בעוד, וואס דער חתן אינדערמיט קען ניטאמאל זאגן "אבינו"! זיין מאמע איז א גויטע!!! אבער קיינער באמערקט נישט גארנישט, דר'עולם איז באמת דערהויבן! – איך זאג אייך, איך בין שוין לאנג נישט געווען ביי אזא פרייליכע חתונה.

די חיבוק ונישוק ווי דער חתן טאנצט מיט זיינע חברים, אזוי ארגינעל! אזוי הייליג! אזוי ריין! אזוי עכט! – פארוואס קען איך נישט באקומען, געבן, דעם love .איך האב ממש אנגעהויבן וויינען און זיך באהאלטן אין בית-הכבוד עד כי יעבור.

רבש"ע! העלף מיר ארויס דא! וואס גייט דא פאר? צו ווייסט דער חתן אז אין עטליכע שעה ארום גייט זיין זייגער אים וועקן צו "סוף זמן קריאת שמע" און זיין באגלייטער גייט קלינגען זיין בעלל צו דאווענען אין רב'ס מנין? צו ווייסט ער אז ביים מצוה טאנץ ווער ער נישט מער ווי אנכאפן זיין כלה'ס הענט מיט פארמאכטע אויגן? צו ווייסט ער אז נאכן צג אגוז ברכה קומט אן הפסקה פון דריי וואכן? צו ווייסט ער אז מארגען אינדערפרי גייט מען טוהן צו זיין כלה וואס דער כהן האט געטוהן מיט א מצורעת? צו ווייסט ער אז אויב זיין האלבע שיך איז אים נישט באקוועם וועט אים נישט העלפן פודינו ומצילנו? צו ווייסט ער אז פון מארגן אן דארף ער לייגן נאך א זוג תפילין, און זאגן ד' פרשיות? צו ווייסט ער אז מ'איז נישט יוצא די מגילה אויב מ'פארפאסט איין ווארט? אז מ'דארף עסען 6 כזיתים מצה פסח ביינאכט? און חול המועד טאר מען נישט ארבעטען?

יא, ער ווייסט! און קוק אויף זיין פנים: ס'שיינט!! ער איז פרייליך! ער טאנצט!!

איז וואס גייט דא פאר?? דא שטייט מען און מ'רייסט זיך די האר פון קאפ, מיט טענות, קשיות, און ספיקות. און דא קומט א גוי, וואס האט געקושט א צלם פאר יארן לאנג, וואס האט געהאט חברים און חברות, ביליג עסן, ביליג קליידונג, עדיוקעשאן, פעמילי לייף, און וואס נישט?? טשולענט!! איז פאר דעם דארף מען אנטוהן א שטריימעל? חסידיש-באבוב לייף-סטייל איז דען אזוי געשמאק אז ס'לוינט זיך אפצולאזען אלץ-דינג, און זיך אונטערווארפען אונטער א סיסטעם וואס חדשים לבקרים פאבריצירט זי חרמות ואיסורים??

כ'הער אז חתן-דנן איז פיינע נייעס, א בר דעת, א גראפיקער, - סאו, ווער איז משוגע? איך אדער ער?
Under influence

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר