ספיריט ערליין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ספיריט ערליין

שליחה דורך פליקער »

מיין רייזע מיט ספיריט דורך לא גווארדיע

איך גיי נישט לייקענען די פאקט אז איך גלייך א מציאה, ווען איך זיך א טיקעט זיך איך ווער גיבט מיר די ביליגסטע און דארט באשטעל איך, ווייל איך קלער אלעמאל ביי מיר, אז די טיקעט פרייז ווענט זיך לויט מיין נאניע, גענוי ווי א אתרוג ביי ר' שלום לויפער ז"ל, פאר גארנישט קען זיין די זעלבע טיקעט פון לא גווארדיע צי פארט לארידעל מיט א הינדערט צוויי מער, עס איז נישט קיין סוד אז מיר קאנסומערס ווילן צאלן ווי ווייניגער און די ערליין'ס וואלטן געפליקט ווי מער, על כן איז עס אזא געים ווער עס האט מער בצים אדער חוצפה דער קאנסומער אדער די ערליין.

איך ווען איך וויל ערגעץ פארן נעם איך נישט קיין ריזיקעס איך הייב אן מיט די צייט וואס איך וויל גיין, דערנאך זיך איך ווער עס שטעלט זיך צו, און ווער פון די קאמעפיטענדע עראפלאנען עס גיבט מיר ס'בעסטע פרייז ווער איך באוויליגט, אבער געווענטלעך צאל איך און באבענס באבען אריין, ווייל איך רעכן זיך נישט מיט אלע חשבונות פון סעיוון געלט, נישט ווייל איך בין א פזרן, איך בין דירעקט א קארגער, ווען עס קומט צי מיינע פירזעינליכע געברויכן, אבער געווענטלעך פלי איך נישט אליין, נאר מיט א צווייטן ווי מיין ווייב אדער חבר, ממילא נעם איך נישט קיין איבריגע ריזיקעס.

מעשה שהיה כך היה, איך האב זוכה געוועין צי אינטערנעמען א רייזע גענצלעך אליין, אן קיינעם, גיי איך נעמען אלע ריזיקעס וואס שייך, איך וועל איינמאל פאר אלע מאל געוואויר ווערן צי איך בין אלע יארן וואס איך בין געוועין שיינער איד בין איך געוועין א סאקער אדער איז עס באמת ווערט געוועין, וועל איך דא פראבירן איבער צי געיבן מיינע געפילן און דער נאך ווען די רייזע וועט פאריבער, וועל איך מאכן א דעסיזשען וואס איך גיי טיען נעקסט טיים.

איך האב מחליט געוועין די פארן מיט ספיריט ערליין, די ערליין וואס זאגט אייך פאראויס, מיר וועלן אייך געיבן די ביליגסע פרייז, וואס איז אימגלויבלעך ביליג, אבער יעדער איינער ווייסט אז ווען מען קוקט איבער די קעשענע נאכן רייזע איז מען נאך אלס מיסטערעיז ווייניגער מיט געלט כאילו מען וואלט גערייזט מיטן בלויען דזשעט.

גיימער קיין ספיריט דאט קאם, עס שמייכלט צי מיר א רייזע קיין פלארידע וואס קאסט א נישטיגע אכט און דרייסיג טולער, וואס קען שוין גיין ראנג, איך שטעל זיי גלייך אויפן חזקה אז זיי גייען מיר ערגעץ אפ פליקן אויפ א וועיג וואס איך גיי בקרוב געוואויר ווערן, אקעי איך דריק אויפן טיקעט זכה לו שפיר איך א בת קול יוצא, ספיריט שרייט מיר האבן געכאפט נאך א פישל, מיר גייען אים אפ מל'ען ווי עס ברויך צי זיין, איך הייב אן ארויס טשעקן, איך וויל שוין באקומען א קאנפירמעישן אז איך בין אנגענימען געווארן אינעם ישיבה.. סארי אינעם עראפלעין, אבער עס פאסירט נישט אזוי שנעל, איר אלע פארשטייט אז ספיריט קען מיך נישט נעמען פאר ארבעים חסר אחת, אקעי די פרייז איז פאר אייער כבוד, אבער אויב ווילט איר מיר זאלן אייך לאזן ארויפ מיט קליידער דאן מיזט איר באצאלן, נישט קיין מעשות, איר קענט מיט ברעינגען גארנישט נאר א קליינע פעקל בערך ווי א תפילין פון א בחור, אבער ווי א טאטע קאסט שוין עפעס מער פון צוואניג גרייצער, ווילט איר אריין לייגן א פעקל אינעם עראפלאן'ס גלארייכן געדערעם, דאן קאסט עס דרייסיג טולר, וואס זיי טראכטן ווייס איך נישט א פעקל ביז פערציג פונט אינעם געדערעם זאל קאסטן ווי איך וואס וועיג 170 פונט אבער דאס איז עס, מאך איך א חשבון אז איך וועל עס ענדערש לייגן אינטן ווי אינעם אויבער קאפ בין וואס דארט קאסט 21, שוין האסט מיך געכאפט, אבער נאך אלס א בארגען.

והתאוויתם לכם לגביל ים, ווילט איר א זיץ אין פליגער, וואס פאר א חוצפה איז דאס אז איר ווילט א זיץ, פאר דעם וועט איר שוין צאלן, מיר געבן נישט קיין זיצען בחינם, ני הכלל וויפיל וועט איר מיר רעכענען פאר א זיץ, הייבט זיך אן א מעשה א זיץ קאסט פון ניין טולער ביז צוויי מאל חי, איך זעי ווי זיי שרייבן קלאר אז די זיצן זענען ווייניגער ווי עוורידזש, איך קלער וואס קען שוין זיין, א זיץ איז א זיץ, און איך דיסייד מיר צי סעיוון א זיץ וואס איז נישט אביסל מער ווי די מינימום, ווי נישט ווי האב איך דאך געכאפט א בארגען אויפן טיקעט, שוין הער איך שוין ווייטער הוא יברך את מוהרר"ר ... בעבור שנדב 18 דאלר לזיץ ונאמר אמן.

אנטשולדיגט ביטע, איר מיזט זאפארט זיך איינשרייבן אינעם ניין טולער ספיריט קלאב, טאמער ווילט איר זיך שפארן אכצען טולער אויפן רייזע, ני ווער וועט דען נישט וועלן צאלן ניין צי שפארן אכצען, יא יא חכם וואס דו ביזט, מיר באערדע פון ספיריט זענען אייער בהמה מיינט איר, איר מיזט אויסצאלן פאראויס א האלב יאר צי א יאר, איך געדענק נישט גענוי, אבער די סך הכל איז געוועין א מעשה פון אביסל אינטער זעכציג טולר וואס די רייזע האט זיך געהויבן, ניין בשום אויפן איך וויל נישט זיין קיין קלאב מעמבער, בשום אופן, סיי ווי איז נאך לויט איין דעה שובבים ביז מען נעמט אפיר די ויקרא חומש, איך וויל זיך ארויס זעין, דאן צי מיין שוידער איז די בילעט ארויפ מיט נאך הינדער טולער, פשוט אין גראד, די זעלבע פלאץ וואס איז פריער געשטאנען 38 שטייט 138, איך האב אנגעהויבן שוויצען, טראץ וואס איך שוין נישט געשוויצט אנדער האלבן יאר, זינט מיין דייעט עפאכע, האב איך גענימען רינען ווי א פרישע קוואל, נא נא איצט העמיר דיר ווייזן פארוואס איר מיזט שוין נישט גיין אין קלאב, איך געב א זיי מחליט אז איך בין פארטיג מיט זיי, ספיריט איז נישט פאר מיין געדילד, איך קנעפ אויפן עקס וואס פארנעמט די אויבן אויף רעכטס, און איך קניידל צי די גאנצע מעשה, איך נעם טיפע אטעמעס, איך שפיר ווי א נייע מענטש, ווי די נעיגלעך פון ספיריט לאזן מיך גיין.

אבער נאך די גאנצע מעשה, סתם פאר נייגער וויל איך גיין קיקן ציריק צי ספיריט.קאם, איך וויל האבן א נקמה, זאל איך כאטש זעין ווי זיי שטיקן זיך, איך וועל זיך רייסן פאר געלעכטער, ש'מער ש'וואנגערער, עס הייבט אן ווייטער נאך אמאל פון אתה כוננת עולם מראש, 38 דאללער קאסט די וועיג, כאילו לא היה, עפעס א דראנג ציריק צי גיין האט מיך געשלעפט, איך ברויך נאך א מאל פריוון דעם סיסטעם, איצט ווייס איך שוין מער ווייניגער וואס איך ברויך טיען און נישט טיען, איך הייב אן פון אלף נאך א מאל, איך לייג צו קאפ מיט מוח, שטייט שטייט נישט געיאגט, איך דריק, איך ברויך נישט אין קלאב, איך לייג אלעס איבער, מיין בראוזער געדעינקט שוין כמעט אלעס, נעמט נישט צי לאנג און איך בין פארטיג, עס איז געלינגען, די פרייז איז אגריד, נאכן זיץ געלט, פעקל געלט, טיקעט פרייז, טעקס, אלעס צינעזאם 81 טולער איין וועיג, 162 פאר ביידע, שוין נישט געפערלעך ביליג אבער גאנץ כמעשה, איך קוק שנעל ביי אלע אנדערע ערליינס, און אלע הייבן אן ביי מינימום הינדער פיפציג א וועיג, פלאס זיי גלייכן מיך אויך צי באראבעווען דא דארט, ממילא איז עס געוועין א גיטע דיל.

איך טשעק אריין מיין פעקל, עס וועיגט צי סאך, אייערע אפציעס זענען אדער קענט איר אוועק ווארפן חלקים דערפון אדער צאלט אריין נאך 25 טולער, עס וועיגט 11 פינט מער ווי די ערלויבטע 40 פינט, איך גלייב זיי נישט, איך פריוו קוקן שטרעינג, שוין האסטע נאך אמאל מיין קארטל, איך פארשטיי נישט ווי קען מיין טלית ותפילין אזוי פיל וועגן, איך האב דאך נאר א פיצי רענצעל למען השלום, עטליכע פארפרוירענע זיפן מיט א האלאפצע, גיי ווייס, וואס טי איך ווען זיי בעיטן מיר א מאה, שוין זאל זיין א כפרה, איך מיין איך קען עס נעמען ממעות מעשר.

די סעקיוריטי איז געוועין א מעשה פון א גיטע דריי פערטל שעה, דאט דאך שוין נישט מיט מיין פליגער, דאס איז דאך בין לאדין ימ"ש'ס שילד, וועל איך נישט ביטשען דערויף, איך קום אויפן פליגער און איך הייב אן אלעס פארשטיין, די אלע זיצן זענען ממש ציזאם געדריקט אויפ א שעידליכן אויפן, ווי די סארדינען, נאך איין מזל איך האב געצאלט די אכצען טולער פאר מיין זיץ נישט די 9 דאלערדיגע, וויייל יענע זיץ איז ממש נישט מעיגלעך צי זיצן אן בלייבן א סרוס לעולם ועד, קען זיין אז יענע זיץ איז נאר פאר די וואס האבן נישט קיין קודש קדשים, קיין לפני ולפנים, נאר א היכל אדער אוהל מועד.

די זיץ איז ווי א ציזאם לייג בעינקל וואס מען ברעינגט אין ווייבער שיל די הייליגע טעיג, אדער אין סוכה, די וואס מען לייגט אויס ביים פראטעסט פאר די רבנים, עס האט צו זיך גארנישט, עס קען זיך ניטאמאל צאם לייגן, נישט זיך אן ליינען, די עמוד וואס א געוועינליכע פליגער האט איז פון א פשוטע אייזן וואס שטייט נאר אין וועיג און גיבט גארנישט צו, נאר אז די סטוערדס זאלן ברויכן זיכער מאכן אז עס איז אויפ ארויפ ווען דער פליגער הייבט זיך, ווייל טאמער איז עס אויפ אראפ און איך ליין אן מיין האנט דערויפ בשעת דער פליגער וויל זיך אויפהייבן, קען עס פשוט נישט, מען פארשטייט נישט פארוואס, אבער די פראבלעים האט מען נאך נישט געקענט לייזן, ווי אזוי זאל זיך די פליגער קענען הייבן בשעת די עמוד זאל זיין אראפ, די רייכערע ערליין'ס זאגן פאר אז ביז יאר 2020 גייען זיי האבן א וועיג אז די פליגער וועט זיך יא קענען הייבן אפילו די עמוד איז אויפ אפאר, זיי האלטן נאך די סוד ביז זיי וועלן באקומען די פעטן דערויף.

איך זעי נישט קיין שום ווידיא סקרין, קיין שום עלעקטרישע געצייג וואס זאל ווען געיבן די איינדריק אז מיר לעיבן און א עפאכע וואס ברויך א פלאג ווי צי לייגן א טשאדזשער, אדער א מאווי צי וואטשען פאר גרויס געלט ווי רוב פליגערס האבן שוין היינט, נישט ספיריט, ווי לאנג די פליגער האט זיך נישט געהויבן וואלט איך געזאגט אז עס האט נישט קיין לעקטריק בכלל.

שוין דאס איז עס מען פליעט שוין, נישטא גארנישט פאר בחינם חוץ די בית הכיסה, ווילט איר וואסער דאן זיי גרייט צי צאלן דריי דאלר א באטל, מיר נעמען אן מעסטער וויזא און מעריקן קאספרעס, איך וועל פייגערן פאר דארשט איידער איך וועל צאלן דריי דאלר א באטל וואסער, זיי פריוון מאכן וויצן, דארך זאגן אז זייער סמאקינג סעקשן איז אויפן פליגל ווער עס קען אהין קען דארט רייכענען, חחח איך האב שיעור נישט אויסגעקראכט פאר געלעטער פון די אימגעלאנגענע וויץ, מיין הארץ זאגט מיר אז אויב וויל איך פלאשן די טוילעט אדער נעמען א טישא גיי איך מיזן אריין לייגן א קרעדיט קארטל, על כן גיי איך נישט אין טוילעט.

עפעס א בעיבי וויינט ביטערלעך דא, איך בין זיכער אז איינער וועט עס בקרוב דערשטיקן, נאכן אויפהייבן האט עס טאקע געסטאפט וויינען, העמיר זעין ווי לאנג עס וועט אנהאלטן, יא עס האט אויפגעהערט וויינען, ב"ה געלאנדעט בשלום.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר