וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

שליחה דורך הגיון »

געווענדליך ווען איינער דרייט זיך אין ביהמ״ד א גאנצן טאג וועט זיך אים דוכטן אז די גאנצע וועלט איז אין תורה. ווען איינער דרייט זיך אין א שלעכטע סביבה וועט ער באקומען די הרגשה אז די גאנצע וועלט איז שלעכט. ווען איינער איז א ראש הישיבה פאר שוואכע בחורים וועט ער מיינען אז דאס איז היינט די יוגנט. די נקודה איז אז יעדער מענטש זעט נאר א האלבן בילד דורכאויס זיין טעגליכן רוטין. דארט וואו ער דרייט זיך וועט ער מיינען אז אלעס גייט אויף די ליניע. ווען איינער דרייט זיך אויף אייוועלט וועט ער מיינען אז תלי״ת עס איז דא אזויפיל פרומע אידן. און עמיצער וואס איז אויף קאווע שטיבל וועט מיינען אז די עולם איז אויפגעקלערט.

דאס איז וואס מיר רופן בעצם אן ״באבעל״, דארט וואו ער איז מיינט ער אז דאס איז די גאנצע וועלט. ער קען נישט זען א אנדערע קולטור, אידילאגיע, אדער גייסט. און ער לעבט אין דמיון אז יעדער איז בערך אין זיין גאטונג.

די קונץ איז, וואס מיר אלע טרייען, צו זען די אמת. זיך ארויסצוזען פונעם באבל, און לעבן אין א דיווערסיפייד ספיריט.

מיינע פאלגענדע ווערטער איז ח״ו נישט צו קריטיקירן כלל ישראל. תלי״ת אז די ברייטע בילד פון שומתומ״צ איז פארהעלטנימעסיג סטאביל, עס זענען דא תורה פעסטונגען, ישיבות, בתי מדרשים, בתי חינוך, כשרות, און צניעות.

יעצט לאמיר רעדן פון די איכות נישט פון די כמות. וויאזוי זעט כלל ישראל היינט אויס? וואס איז אונזער עתיד, און וויאזוי גייען מיר אויסזען אין צען יאר ארום?

איך וויל עס פראבירן צי מאכן קורץ.

מאנכע וועלן אנקוקען מיינע ווערטער אלס א צייכונונג פון איינער וואס דרייט זיך אין א געוויסע סביבה דערפאר מיין איך אז אלעס דרייט זיך אזוי.

אבער, לאמיר זיך נישט נארן:

אן קיין ספק אז די אינטערנעט איז די הויפט שפילער, אבער דער מחיצה איז געווארן דורכזיכטיג. אפילו די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן כשר׳ע אינטערנעט, דער וויסענשאפט קומט אן איבעראל ווי וואסער נאך א האריקען. אויב עמיצער האט נישט קיין אינטערנעט האט ער א סעריע פון צענדליגער ״כשרע״ outlets אדער ליטעראטור וואס געבן אים איבער די גאנצע טעלעוויזע אויף א גאלדענעם טעלער. אנגעהויבן פון די אומשולדיגער קול מבשר, ביז די אלע מאגאזינען וואס פארמאגען אלעס ביז א האלב פארמעקטען בילד פון א פרוי.

איך שטרייך דא אינטער די קאנסקיווענצען צווישן חרידים וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן באגרעניצוגען מיט אינטערנעט. די פעלאשען איז אין די ליפט, אין די צייטונגען, אין מקואות, אין אייוועלט, אין בתי מדרשים, אין חדר, אין ישיבות. ווער האט פאר צען יאר צוריק געוויסט ווער עס איז דאס מיעיגען קעלי, ביל אריילי, jeanine pirro, און ווער רעדט נאך פון פרייע זינגער ביז פרויאישע זינגער, טעילער סוויפט, קעטי פערי, שרית חדד וכו׳ וכו׳ וכו׳

וואס צירקולירט ארום אויף די סאשעל געוועב געפינט זיך אין היימישע צייטונגען. יעדער שרייבט פון אלעמען, רעדט פון אלעמען, ציטירט פון אלעמען (אסאך מאל אנאנים).

נעמט א דוגמה די פרעזידענטליכע דעבאטע. אייוועלט וואס דארף צו זיין די פויפסט אליינס. האט נישט קיין פרויען בילדער אא״וו, אבער קאכט זיך אין די פאליטיק נאך אסאך מער פון די טיווי ענקערס אליין. אט האט א ניק געשריבן: קוק ווי זיס קעלי האט אים געענטפערט. מען ערלויבט נישט קיין ווידיאוס פון פרויען, אדער יוטוב, אבער מען לייגט עס ארויף אויף דראפבאקס. מען טאר נישט זען די דעבאטע אבער יעדער רעדט דערפון בכל הפרטים.

מיר האבן אפשר נישט קיין טיווי, אבער ריזיגער שטיקער פון טעלעוויזע רייסט אדורך מנער ועד זקן. מיר טארן נישט ליינען קיין וויקיפידיע אבער דער שטערן, מאמענט, און אנדערע צייטשריפטן און מאגאזינען טוען די ארבעט.

דאס אומפארשעמטער איז פארשעמט געווארן. דאס אוממעגליכע האט פאסירט.

לסיכום: איך בין שוין זאט און מיד פון נארישע ארגומענטס אז קוק וויפיל אידן האבן פילטערס, קוק וויפיל אידן גייען מיט קוטשמעס און בערד. עס איז דא חדרים און שולעס. אלעס פיין און וואויל, אבער איך רעד פון די טיפעניש, דאס מחיצה איז אראפגעפאלן אדער איז געווארן דורכזיכטיג. די ליפט איז פארפעסט אפילו פאר די וואס האבן נישט אינטערנעט. די יוגנט איז פריש און מינטער, ווערט מער און מער אויפגערייצט פון די אנדערע זייט מחיצה. און מען קען געבן טויזענטער פרטים און פאקטן מיט וואס איז אונזערע דור איז מיילן אפגעריקט פון די פריערדיגע דור אויסער די קאפעלוטש און הויזן. די לבוש איז גאנץ נאנט, אידישקייט בליהט און וואקסט אויף די ברייט אין כמות אבער אין נישט אין די איכות אין די טיפעניש.

קוק וויפיל מורה הוראות כלל ישראל געבט ארויס. יא, אבער קוק אויף וויפיל אידן זענען אוועקגעפאלן אין אזא קורצע תקופה. עס זענען מער אידן אפגעפארן אין די לעצטער 10 יאר ווי צוויי דעקעטס פריער.

עס געבט א סקרוך דעם הארץ. און איינער וואס איז נישט בלינד, קען זען מיט א קלארקייט די ראלארקאוסטער אויף וואס מיר זיצן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר