הגומל לחייבים טובות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

הגומל לחייבים טובות

שליחה דורך זר זהב »

מ'דארף טאקע אריבעפליען דעם אטלאנטיק אויב וויל מען בענטשן גומל מיט שם ומלכות און דאס איז אפילו די רייזע איז דיר אדערעך רואיג אן א שרעק. וויפיל מאל גייט אבער א מענטש דורך צייטווייליגע פחדים, ס'זעען אויס ווי ס'עק וועלט און מ'איז מתפלל ס'זאל זיך ענדיגן גוט. דאס איז ווען די מצב איז באמת נישט גוט בשעת די פחדים האלטן אן. -- אסאך מאל איז אבער דא אז מען גייט דורך ממש אן אומזיסטע איינגערעטע שרעק אזאנס וואס די שרעק איז מעיקרא מופרך געווען, נאר די עבירות זענען גורם...

{אגב, איינער האט אמאל דערציילט וויזוי ער איז געפארן א לאנגן וועג אויפן באס און זיין טעלעפאן בעטערי איז אויסגעלאפן, ער איז אזוי געפארן אפאר שעה אן א פאון, ער האט זיך געזארגט אפשר מענטשן טרייען צו קאלן. ווען ער האט איינגעשטעקט דאס פאון האט אנגעהויבן אריינפליען פון אלע זייטן מיססאד קאללס וואויסמעיל אא"וו, וואס איז געווען? זיין קינד האט זיך פארלוירן און מ'האט געזוכט און געזוכט ס'געווען א פחד. די ערשטע פאר וואויסמעיל'ס איז געווען די שלעכטע נייסער, די לעצטע איז שוין געווען אפאר שעה שפעטער אז מ'האט געטראפן דאס קינד, אונזער איד'ל האט נישט געדארפט מיטמאכן די אלע "עכטע בארעכטיגטע" פחדים, זיין בעטערי איז אויסגעלאפן פונקט אין די גוטע צייט...}

נעכטן בין איך דורך אפשר אן אומזיסטע פאניק אבער נאך ווי א שרעק! אזש ר' מאיר בעל הנס האט געמאכט אויף מיר א שיינע מטבע! איך בין געווען אין אן אומבאקאנטן געגענט אינדרויסן פון ניו יארק (אויך נישט ניו דזשערזי) צוליב די טונקלקייט ביניך בטעות אריין אין א ראנג ראוד, א פארשטיפטן ראוד איך האב געמיינט אז איך בין אויפן גוטן וועג ווייל די ראוד וואס איך וואלט טאקע געדארפט נעמען איז אויך א טונקעלע ראוד און לויפט אויך ארום 20-30 מייל (און ביי יענעם עק ראוד ביי די ענד איז דא א געז סטעישען וואס מיין פלאן איז געווען צו נעמען דארט געז - וואס אגב, שפעטער ביניך געוואר געווארן אז יענער סטאנציאן איז אויך געווען פארשפארט... ס'נישט ניו יארק סיטי! דער עולם דארט גייט שלאפן! ) הקיצור איך זעה מיר אבער אז די ראוד וויל זיך דווקא נישט ענדיגן! דאס וואלט נאך גוט געווען ווען איך האב ווען גענוג געז און א סעלפאן פאר הילף, למעשה איז קיין סערוויס נישט געווען און מיין גאז לעמפל האט געבליטשקעט...

איך בין אריין אין א פאניק וואס איך געדענק נישט אזאנס! ממש געוויינט, איך דרייוו מיין טרעקעל אן א געז אין א רורעל עריע 12 ביינאכט נישטא קיין פאון ס'טונקל און שרעקעדיג און עוד מעט וועל איך זיין סטאק. איך האב געסטאפט דעם טראק, נישט געוואלט נוצן מער געז פאר גארנישט און איך האב נישט מער נישט ווייניגער "געבלאקט" דעם גאנצן "סטעיט הייוועי" (ס'איז א סטעיט הייוועי וואס לויפט דורך אן אומבאוואונטן געגנט) ס'זאל זיין אינו יוצא ואינו בא! דער נעקסטער וויהיקל מוז זוך אפשטעלן און מיר העלפן!

נאך 10 מינוט האט זיך איינער אפגעשטעלט (קיין ברירה האט ער נישט געהאט!...)און זאגט מיר אז אנשטאט מזרח ביניך געפארן צפון (נישט ממש פארקערט) און אנצוקומען צום נעקסטן גאז סטאנציאן איז א גוטע 15 מייל אויפן פארקערטן ריכטונג און אז איך זאל זיך שוין צוריקדרייען און איך וועל עס נאך מסתם מאכן! איך דריי מיר אויס און פאר צוריק דעם גאנצן הייוועי טרייענדיג ווי מער צו זיין אויף נייטראל (אזוי ווי מיין שטייגער אלעמאל צו זיין נייטראל...) אויפן וועג זינג איך שלמה'ס גם כי אלך ר' מאיר בעל הנס מאכט נאך געלט אלעס אז איך זאל אנקומען בשלום צום גאז סטעישן. איך האב עס געמאכט עוד נשמתו בו... און א שטיין אימיר אראפ פון הארץ, אזא שרעק!

-- פאר דעם וויל איך די זאגן פארן הייליגן באשעפער, טענק יו! איך בין אפגעקומען מיט א שעה אמת'ע (אבער אפשר אומזיסטע) שרעק. איך בין באמת געווען צוצוטערט. ב"ה 6 פארטאגס ביניך געווען אהיים און געשריבן א תגובה אויף קאוועשטיבל נאך א 15 שעה ברעיק.
--------
זאל דא יעדער שרייבן אלע העפפי געשעענישן וואס ס'ענדיגט זיך גוט און מ'איז אפרישיעטיוו. מ'קען טאקע נישט מאכן א ברכת הגומל, א דאנקבארע תגובה'לע אבער קען מען יא שרייבן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר