בלאט 1 פון 1

צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:24 pm
דורך עזריאל
מיט צוויי יאר צוריק האט קעלנער אנגעהויבן די שלום עליכם אשכול מיט די פאלגענדע ווערטער:
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.
שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


אלע פון אונז האבן דארט אנגעהויבן אונזער טייל אין קאווע שטיבל, אצינד אז סאיז געקומען צייט זיך צו געזעגענען וואלט געווען כדאי אז יעדער זאל דא שרייבן א סך הכול, א צוואה אדער גאר א לעצטע וואונטש וואס מ׳וואלט געוואלט אנדערע זאלן וויסן פאר געזעגענט זיך.

די אלע וואס האבן געפירט מערכות מיט אנדערע (א שטייגער ווי איך) קענען נוצן דאס פלאץ צו געבן די לעצטע שטאך אדער צו בעטן מחילה.