און מיר קלאוזן שאפ ):

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

און מיר קלאוזן שאפ ):

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:43 pm

א פייערל האט געטוליעט פאר פיר יאר, אנשטאט אינדיווידואלע פארשטימטע קולות פון יחידים דא און יחידים דארט, איז געווען איין ווינקעלע פון אמת און אפנקייט, אבער איר טאג איז אויך געקומען, און דאס צאנקנדע ליכטל האלט ביים פארלאשן ווערן גענוי פיר יאר שפעטער, ווען דער רשעות האט זיך שוין צונויפגעוואקסן צו וואלקנקראצערישע הויכקייטן און דאס געברויך פאר קאווע שטיבל איז פילפאכיג מער ווי מיט פיר יאר צוריק.
אין ליכט פון גזירת ק"ש תשע"ו האב איך געמאכט מיין פערזענליכע קינות'ל אויף וועלכע איך וועל קלאגן יאר יערליך מיט מיינע קינדער און קינדס קינדער:

שיטנא נצח, די קעלבער טאנצן אין מירון און בויען פיראמידן און פאלאצן אחוז בחבלי בוץ חור כרפס ותכלת פאר א געטשקעלע א שטור, און מיר קלאוזן שאפ.
רשעות ווערט געפלעגט און געקארמעט, קינדער ווערן אוועקגעשלעפט פון גע'גטע עלטערן מיט פוילע תירוצים, און מיר קלאוזן שאפ. ‎
מאלעסטערס באקומען עליות און זיצן אויבנאן, ווערן פארטיידיגט מיט מיליאנען דאלארן און ריזיגע צוזאמענקונפטן, און מיר קלאוזן שאפ‎.
מוסדות פרעסן אויף אונזערע גרענטס פון די גאווערמענט, יונגעלייט ווערן בא'גנב'עט פון זייער קאלעזש פראגראמס, קינדער באקומען נישט קיין פרישטאג און סאפער כאטש די גאווערמענט באצאלט דערפאר, און מיר קלאוזן שאפ.‎
טויזנטער בחורים פוסטעווען אפ זייערע שענסטע יארן און קומען ארויס ווי אומערצויגענע וועלף פון ישיבה אן די מינדעסטע אנונג פון תורה אדער סחורה, און מיר קלאוזן שאפ‎.
אידיש בלוט איז געווארן הפקר, יעדער איז געווארן א מקנא קנאת ה' צבקות נאכשרייען מענטשן אין ביהמ"ד צוליב דעם סמארטפאון זינד, און מיר קלאוזן שאפ‎
א געזעלשאפט וואס ריקט זיך צו אן אייסיס עקסטרעמיזם, האלב עמטליכע מענטשן שעמען זיך נישט צו מחרים זיין א הונדערט און דריי יעריגן גדול, און מיר קלאוזן שאפ. ‎
די צייטונגען שפייזן אונז מיט כל מיני שקרים און קליינקעפיקייטן, טפשות און ילדות געפלאכטן מיט מיטלאלטער קורזיכטיגקייט און אמונות טפילות און מיר קלאוזן שאפ‎
די סגולה און ישועות אינדוסטריע בליעט ווי קיינמאל בעפאר, יעדער איז א מחותן צו באראבאווען אידישע טייסטער, און מיר קלאוזן שאפ ‎
פעסער הערינג ווערן פארקויפט פאר טייערע בלוטיגע אידישע געלטער אין פארעם פון נישט געשטויגענע קורסן און לעקציעס, יעדער שמויטעפאנע מאכט זיך טעלע קאנפרענצן און סעמינארן פאר בלויז 999$ פלאס טעקס, און מיר קלאוזן שאפס. ‎
אייוועלט בליעט מיט איר "בעסטע רעצעפט פאר חרוסת" אשכול, "איז דא א כשרות שאלה אין די חזרת" אשכול, "א טאטע מיט א זרוע" אשכול, "קויפט ביי מיר אייערע בצים צום סדר" אשכול, און מיר קלאוזן שאפ.
פאליש בליעט מיט איר, בתולה אשכול, בעולה אשכול, יבמה אשכול, חליצה אשכול, זיווג ראשון אשכול, זיווג שני אשכול, כלה אשכול, יעדער סארט פעטיש שבעולם, און מיר קלאוזן שאפ.


אין אזא צייט פון קלאג וויל איך מיך באדאנקען פאר די חשוב'ע הנהלה ובראשם ידידי ר' קעלנער על של עכשיו, פון וועמען דורכאויס מיין צוזאמענארבעט אויף פארשידענע פראיעקטן, כ'האב אסאך קונה געווען וויאזוי מ'האט א געזונטע און אויסגעהאלטענע לאגיק אויף א זאך, וויאזוי מ'האלט זיך צו ווירדן פון ישרות, און זיין טיפע חכמה איז אלעמאל געווען צום באוואונדערן. אין ריעל לייף באגעגן איך נישט אזעלכע מענטשן נאר נאך א שור הבור און נאך א לויתן. צר לי עליך אחי ר' קעלנער, קשה עלי פרודתך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום פרייטאג מערץ 11, 2016 12:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6808 מאל

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:51 pm

#נישטא קיין ווערטער
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:42 pm

מזל טוב כוכב צום צוויי טויזענטסטען תגובה.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1053
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:44 pm

שמערל האט געשריבן:מזל טוב כוכב צום צוויי טויזענטסטען תגובה.

:lol: :lol: :lol:


איי איי איי, אז מ'דארף דעם גנב, קומט ער אראפ פונעם תלייה... :D
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15502 מאל

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:49 pm

גיבט אים די לעצטע לייקס אויף ק"ש!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1885
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2687 מאל

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:51 pm

עבדו רבנן שלמא בעידן פרידותא וד"ל...
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1885
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2687 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:55 pm

טייערער @כוכב
We love to see you back!
דערמאנסט אונז אלטע גוטע צייטן, דיין רייכע פעדער איז נאך געבליבן די זעלבע, און דיינע טאלאנטן האסטו נישט פארלוירן, אוי ס׳בענקט זיך!
די צרה איז גרעסער ווען מיר דערמאנען זיך דעם רייכן אמאל.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1730 מאל

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

הודעהדורך פליקער » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:17 am

איצט אז איך האב געזעין כוכבן ציריק בין איך שוין גרייט צי גיין שלאפן ריאיג, אז מיט איין גיטן פראסק האט מען האט אים אראפגעשלעפט איז נאך דא האפענונג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3623 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג מערץ 11, 2016 9:41 am

מה נאמר ומה נדבר :cry:
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9713 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:10 am

ראובן האט געשריבן:מה נאמר ומה נדבר :cry:

אוי מה הי' לנו :cry: :cry: :cry:
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:52 pm

מורה ורבותי ברשות הרבנים הגאונים שליט"א וואס זענען זיך דא צוזאמגעקומען אין די לעצטע צוועלף שעה וואלט איך געוואלט זיך אנטראגן מען זאל מאכן א פדיון נפש
איך בין גרייט צו זיין די קרבן ציבור מען זאל פארשפארן @לית דין בר נש און לאזן אונזער שטיבל אפען און מען זאל אפקומען מיט דעם.
ניין עס איז נישט לייכט דאס צו טוהן אבער אזוי פיל האב איך יא קונה גיוועהן דא אין שטיבל די לעצטע יארן צו וויסן אז מען דארף האבן מסירת נפש די פלאץ זאל בלייבן אפען
זייטס געזונט געטרייע פריינט האטס הנאה ווייטער זייטס מהנה אלע אנדערע וואס קומען דא אריין איך וועל זיך בענקען צו ענק

נ.ב. אויב מאכט זיך א שעת הכושר ביים טאטן ווען די חרון אף וועט אביסל נאכלאזן רייסטס איין פאר מיר אז איך זאל אויך קענען צריקקומען
יישר כח

:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:39 pm

עס איז דא פון וואס צו רעדן,
שרייב מיר נאר אין אישי דיין נייע ניק, והכל על מקומו יבא בשלום ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15122
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט