מחט בבשר החי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מחט בבשר החי

הודעהדורך קינד_אן_קייט » פרייטאג מערץ 11, 2016 4:41 pm

מאז היתה אדם לגוי, פון ווען מענטשהייט האט געזוכט א באדייט פאר איר עקזיסטענץ, אן עקזיסטענץ וואס זאל אויסלייזן דעם בהמיות׳דיגן ישות און איר מעלה זיין צו העכערע ספערן, אן עקזיסטענץ וואס זאל מבחין זיין און אויסברייטערן די הבחנה צווישן ״חי״ און ״מדבר״, האט מען זיך געמוזט אנדראפעווען אויפ׳ן לייטער פונעם מח, דער כח המחשבה און שבילי דשבילין פונעם שכל האנושי וואס רגליו מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, אויפצווועקן די געפילן און צו פארענטפערן דעם יחיד ורבים׳ס כסדר׳דיגער עקזיסטענץ.

חז״ל׳ס “אם אין דעת הבדלה מנין” און דעקארט׳ס ״cogito ergo sum״ מאלן ביידע קלאר אפ דעם בילד, אנע חכמה, אנע וויסנשאפט, איז קיין זין נישט פארהאן צום גאנצן שפיל, ס׳מיינט גארנישט און ס׳איז גארנישט, לא קיום ולא נעלים, סארא א מין געלעבעכץ, אם אין מתה אנוכי, דאס הייסט נישט געלעבט.

דער קאצקער האט געמאכט דערפון א געפרעגלטער לאטקע ווען ער האט אנגעפרעגט: וואס איז דאס דער גרעסטער רשות היחיד אויפ׳ן וועלט? און שארפזיניג דערקלערט: דער מח פונעם מענטש. נישט קיין גדר און נישט קיין תגין קענען איינצוימען איר חלל, מעג דער וואנט זיין אזוי לענגליך ווי כינע׳ס און דער תפיסה אזוי שטארק ווי אלקאטראז, דער מח׳ל וועט זיך האלטן ביי זיינעם, כל זמן שהנר דולק וועט ער אנגיין מיט א פעסטקייט בבחינת סובב כל עלמין, ומים רבים לא יוכלו לכבות.

ובכל זאת, ענדלט ער צום גוף, ווייל ער קען אויך פארדזשאוועט ווערן.

ער קען זיך אנשטויסן אינעם ארבעים לבינה ווי אין א קריזיס, ער ברעכט שוין פון שאקאלאד, איז נמאס פון שערוריות, שוין דורכגעקייעט אלע ליקוטים, טרעפט שוין נישט קיין חידושים, אנטיק איז ניי און ניי איז אנטיק, ס׳איז אלץ דאס זעלביגער, א קנאפע נפקא מיניה? ער לאזט אלץ לויפן, שטעלט שוין נישט אפ דעם באן, מישט נישט צוריק קיין בלעטער, טוישט שוין נישט גרינוואלד/זאבערמאן צו דזשעקעבסאן, איז איבערגענומען מיט׳ן הרגשה פון מה שהיה היא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש, און דער געדאנק גאנג נעמט זיך פרירן.

דאס איז דער קללה פון דעמאקראטיע און חזון הימים פון ״מלאה הארץ דעה״, צופיל איז נישט גענוג, אז אלעס איז מגולה טרעפט מען זיך נאקעט און אנגעפאשעט, פון אזויפיל אכילה קען מען שוין נישט זאט ווערן מער, דער מח איז געליימט, די פונקציע ארבעט נישט מער, נישט Siri און נישט Google Now פארמאגן ענטפער׳ס וואס פארגיטיגן, ס׳איז cardiac arrest וגומר.

פארבלייבט בלויז איין עצה, מען נעמט אפיר דעם defibrillator און מען שיסט עלעקטראנישע כוואליעס אויף כח אין הארץ אריין, דער שפיץ נאדל שטעכט טיף, absence makes the heart grow fonder, אז מען וועט דיר אוועקנעמען וועסטו קומען לויפן, וועסט דיך שלאגן דערפאר, ס׳טייטש? כ׳קען דא ערנסט דערלייגן, א אבידה עולמית!

צוביסלעך ערוועקן זיך די געפילן, דאס אייז צולאזט זיך, נישטא מער קיין שעמום, אין שום יאוש בעולם כלל, דער מח ברויזט צוריק, ברוך מחיה המתים.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

Re: מחט בבשר החי

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:10 pm

א פענע, פון וועלטל יענע.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1885
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2687 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:20 pm

הערליך!
די שאלה איז ווען די הרגשים זענען שוין אויך פארפרוירן פון אזויפיל פאלשע רגש, מעלאדראמא און ארטיפישעל פילינגס
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4183 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:36 pm

קרה עלי מועד!
כמעט וואס עס האט שוין געלוינט די סומאטוכע פאר אזא מאמר.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6807 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:58 pm

קופערניקוס האט געשריבן:די שאלה איז ווען די הרגשים זענען שוין אויך פארפרוירן פון אזויפיל פאלשע רגש, מעלאדראמא און ארטיפישעל פילינגס

יא יא, דער טריק קען נישט ארבעטן מער ווי איין (יש אומרים צוויי...) מאל.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט