ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:55 pm

כ'ארבייט אין א פארבריק אין ניו זערסי ווי ביז א וויילע צירוק בין איך געווען די איינציגסטע איד דארט, קנאפע דריי יאר צירוק האט א אינגערמאן באקומען דארט א דזאב, ער האט געדינגען א קאר די ערשטע חודש אויפן דעת צו ליסין, אבער אז שטילע צאלט פיהר מאות פאר קומפורט אוטו פארוואס דארף ער אויך צאלן???? אין פון יענער טאג הייבט זיך אן מיין טאג מיט א רייד פאר דער ראציגע אינגערמאן פון א שעה צייט.

אינגערמאן טייערע, ווייסטו אז יוסף חיים גרינוולד ברענט טעגליך אונעם קאר וועגען דיר? ווען כבין אליין וואלט מסתמא געשפילט די ראדיו און אמאל אפי דזאסטין ביבער.
אינגערמאן טייערע, ווייסטו וועגען די רייכער איך מער נשיט אונעם קאר?
ווייסטו צוליב דיר קען איך נישט רעדן מיטן ווייב אויפ ספיקער אין הערען די נארישע קינצון פון די קינדער??
ווייסטו צוליב דיר ווען ס׳קומט מיר אונטער צו מאכן א נפיחה, וואלט איך געוואלט די גאנצע היי-וועי זאל ציטערן אבער לכבודך פארוואסער איך עס, אין כטריי בכל כוחי אין כשטרענג זיך אנטער מיט אלע סארט קינצען צו היסען בשעת מעשה??
ווייסטו אז כוואלט געוואלט רעדן מיט מיין מאמע הערען פונקטליך וועלכע קאשע זי האט אפגעקאכט יענער טאג, אבער לכבודך טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז אינדערפרי שטינקסטו פון פיסק אז די מלאכי חבלה ציטערן פון שטיין אין דיין ד׳ אמות?? אין איך שלינג דאס טעגליך??
ווייסטו אז נאכן קאווע איז מיר געשמאק צו גרעפסן, אבער אלץ מענטשליכקייט טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז איך ליין ק״ש געווענדליך בשעתן דריווען אבער אלץ חשש גילוי ליין איך נישט אויפן וועג צום ארבייט?
די מיינסט דיינע מעשיות מיט דיין נארישע ווייב אינטרעסירט מיר? כגעב נישט קיין צוויי שיטס דערפאר.
די ווייסט די טונא סענדיוויטש די עסט טעגליך מאכט א בראך אין קאר ערגער ווי א פליגער?
אין יעדער מאל דיין פליפ פאון צוקלינקט זיך פיהרסטו שמוסען כאילו ביסט ביי די אין די וויינגארטען, דאס מאכט מיר די בלוט אין קאפ שיסן???
לאמער נישט פארגעסן, די תנאי מיט צוויי יאר צירוק איז געווען אז די גייסט ווארטן אינדרויסען פון מיין הויז, אפאר חדשים שפעטער האב איך געדארפט ווארטן אויפן קארנער ווייל כפאהר ״עני וועי״ אדורך, דערנאך איז עס געווען ביי דיין קארנער, היינט ווארט איך שוין אינדרויסען פון דיין טיר, אין אמאל ווארט איך 5-10 מינוט אויך.
איז די אמאל אנגעפאלן די זאגן שקויח? האסט אמאל געטראכט אז שטילע איז נישט דיין טיפ אין דארף דיין קאמפעני ווי א לאך אין....? ניין וועג.
האלסט נישט אז מענטשליכקייט איז אז איידער די רוקסט זיך ארויס דיין גראבע מחילה פון מיין קאר זאלסטו מיר דאנקען ווי א נארמאלע מענטש????
נאר די נעמסט אן מיט א פשטות אז אזוי קומט, סקומט שטילע זאל דיר נעמען, ער פאהרט סיי ווי אין יעדער האט ליב צו פאהרן א לאנגע נסיעה מיט גוטע קאמפעני (כאכאכא).

אבער כהאב מיך געלערנט א פיינע לעסאן פון דיר, כבין די זעלבע אומ-מענטש ווי דיר אין אפי ערגער.


יעצט צו ענק חברים דא אין שטיבעל. (כרעדט צו מיר אויך)
איז איינער אמאל בייגעפאלען צו דאנקען אונזער טייערע קעלנער? זייט ק״ש שטייט האט ער איין מאל באקומען א אישי פון איינער פון די טוזענטע ליינער זאגן א דאנק??? א נעכטיגע טאג.
קעלנער איז א עכטע עסקן, ער טוט לטובת הציבור אן באקומען א משהו געלט, אןבאקומען א משהו רעקאגנישען.
ווען וועלט איז וועלט, ביי די קומענדיגע כ״א דינער איז ער די רעדנער צווישען עבי אייזנער מיט טשאקי שמאקי שומער.
א איד וואס טוט פאר אונז שלא ע״מ לקבל פרס, געבט אוועק לאב אין לעבן, בעת אונז זיצן אין האקן פופיטעס אדער רעדן לשון הרע, הארגעט ער זיך מיט עפעס א צודרייטע מושב זקנים, מעקט, סטראשעט, שרייט, מעקט נאכאמאל.
האט איינער אמאל בכלל געטראכט אז ק״ש פאהרט נישט אן א קאפיטאן? די עולם דא האט עס גענומען פאר גרענטיד, מהאט עיהם נאך אפי באוואשען, אין געפענט אשכולות קעגן עיהם..

מיין באליבטע קעלנער, די ביסט אונזער עכטע עסקן, נישט פרידמאן מיט נידערמאן וואס טוען שיט פאר אונז אין באקומען בילדער אין די צייטונגען ווי זיי פארטראגראיפען זיך מיט וויכטיג מאכערס.
ווען די מאכסט חתונה דארף זיין אין די איד אין די בלאט א דאבל פעידז מיט טיטלען אין פידלען מיט טרויבען, נישט ווען זיי מאכן חתונה, ווען די מאכסט בר מצווה דארפ קומען גרינפעלד מיט הייקינד אין די קישן די אחור אין דערנאך פאוסטען א בילד דערפון אויפ טוויטער, נישט נידערמאן מיט כווייס ווער.
You are my freakin hero.
הריני מודה והתוודה, כשעם זיך פון זיך אליין כהאב די נישט געגעבן די קעדיט סקומט דיר, די ביסט די בעסט בעסט בעסט בעסט.
אבער געדענק, דאס איז א עולם השקר, אויפ יענער וועלט וועט מען די טראגען אויפן אקסלען, מוועט שרייען ככה יעשה לאיש אשר עשה בשביל הציבור בצנעה.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2170 מאל

Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:08 pm

אפאר הערות:

קודם כל האבעך דיר שוין לאנג געזאגט אז כ'בין א היבשער חסיד פון ביעבער.

שנית, דאכצעך אז איך נפחה עניטיים אזוי סאך ווי דיר ממילא האסטע נישט פארוועם זיך צו שעמען.

שלישית, כ'ווייס שוין לאנג אז דו ביזט שטילע, כ'האב דיר פשוט נישט געוואלט מצער זיין און אויסזאגן.

בנוגע די שכויעך'ס האבעך אנגענומען ווי ר' חיים אז יעדע רגע ווערט געשאפן נאך א חלות קידושין, וכן למזל טוב, די זעלבע אויך מיין ערשטע שכויעך האט געפטר'ט אלע אנדערע טעג.

נ.ב. מאנטיג וועלעך זיין מיט א האלבע שעה שפעטער, קענסט דערווייל קויפן/עסן פרישטיג.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:14 pm

מאך נישט די משל פאר די נמשל. סאיז א ערענצטע מאמענט דא אין שטיבעל בכלל אין דער אשכול בפרט,
כפארשטיי בכלל נישט ווי אזוי אנדערע ניקס זענען יעצט אקטיוו אין שמייכעל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2170 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:18 pm

על הצד אז ס'איז א פורים שפיל (בסך הכל איז די הודעה געקומען ר"ח אדר) וויל דעך קיינער נישט בלייבן לעקיש.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:19 pm

אזוי צו אזוי, איז דיין מעסעדש א ריכטיגער און טיעפער!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך ליפא » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:52 pm

פארשטיי נישט!

מיכאל שניצלער נישט

ביביר יא???

:D
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:53 pm

ליפא האט געשריבן:פארשטיי נישט!

מיכאל שניצלער נישט

ביביר יא???

:D


מיר אין מיין ווייב ביידע ניצן די זעלבע ניק, זי האט נישט ליב מיכאל
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2170 מאל

הודעהדורך כפתור » זונטאג מערץ 13, 2016 12:28 am

אפשר קען טאקע איינער מסביר זיין פארן עולם ווי אזוי ארבייט די סייט? וואס טוט קעלנער? ברויך ער טאקע זיין 24/6 ביזי דערמיט? אויב יא, איז טאקע א שווערע זשאב, ווי קעמען פארלאנגען פון א מענטש דאס ציטוען בלי שום תשלים גמול?
אולי ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס דאס אינוואלווד און די שווערע עבודה וואס ער לייגט אריין, וואלט מען געווען מער דאנקבאר און אנגעטראגן הילף
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל

Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג מערץ 13, 2016 12:32 am

די עולם האט אמאל צו שטייער געגעבן הילף דורך די גבאים פונקציע ביז דאס איז משום סיבה לא נודעת בטל געווארן.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1009 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 13, 2016 1:29 am

שטילע יונגערמאן: איך האב אויכעט עטליכע קליינע באמערקונגען אויף דיין מאמר. נאר כ'האב געזעהן וואספארא פסק דו האסט אריינגעגעבן פאר קל וחומר האביך מיך דערשראקן. אעפ"כ (אף על פי קען, פאר די וועלכע זענען געזיצן אין קלאס און געחלומ'ט ווען די רבי האט פארגעלערנט די גמרא מיט די רש"י(.
מיין ערשטע הערה איז אז דו דאפסט זיך נישט שעמען צו שפירן א דערלייכטערונג אין מאגן דורך מנפח זיין. (אדער מפיח זיין). ווייל אז דיין פאראזיט און אויסניצער שעמט זיך נישט ארומצוגיין מיט א שטינקעדיגן פיסק. און ער איז צו פויל זיך אויסצוואשן זיין פיסק (נגד השו"ע) און נוצן טוטה פעיסט. ער האט נישט אזויפיהל סעלף רעספעקט, דארפסטו דיך בכלל נישט שעמען מנפח צו זיין אין זיין געגנווארט.
די צווייטע הערה: אז דיין ליינען קריאת שמע של שחרית אין דיין קאר וועט דיך בכלל נישט ברענגען צו גילוי. ווייל איך טוה עס אויך. און נאך א סאך יודן. ממילא וועט מען נישט וויסן ווער דו ביסט. נאר איין זאך וויל איך פארשטיין. ווען דו ביסט אויפ'ן דזשי. דאבליו. למשל. און דו ווילסט זאגן שמע ישראל מאכסטו צו די אויגן און דו לייגסט טאקע ארויף די הענט אויף די אויגן. און די קאר פארט מיט א שנעלקייט פון 65 מייל א שעה...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך אדנירם » זונטאג מערץ 13, 2016 2:37 am

@שטילע אינגערמאן, קאדוס פאר דיין מעסעדזש [כאטש די שארפע לשונות זענען 'צו' שארף, בפרט נאך 3 סעודות פלוס מלו"מ...]. גאר גוט און הארציג ארויסגעברענגט.
ענדליך איינער וואס שטעלט זיך אוועק טראכטן פונעם אנדערן - און מענטשליכערן - ריכטונג.

דו רעדסט פון קעלנער, אז ער ארבעט שלא על מנת לקבל פרס. מ'כאפט ניטאמאל, אז לא די דער צדיק האט נישט באקומען קיין גרייצער פאר זיין ארבעט, לא די ער האט געהאט קאפ וויי/הארץ וויי כסדר - ווי די סדר פון די וואס פירן א וועבזייטל [אוודאי אזא וועבזייטל וואו כבוד הזולת פון יעדן שמויגערישער שרייבער, איז טייערער ווי גאלד], לא די ער האט גאר געצאלט אפאר דאלער אויפצוהאלטן דעם וועבזייטל, איז ער גאר דער וואס האט ביי יעדן גליון געווען דער שיינער גרויסער נדבן, אלעס כדי מחיה צו זיין אנדערע אידן. ער האט נישט גענומען פאר 'גרענטעד' אז ער קען אנקומען ווי שיינע איד שניידן פירות פון זיין הארעוואניע [חוץ מזה, וואס ביי די גליונות איז ער זעלבסט אויך געווען גענוג אינוואלד].

האט ער אמאל געבעטן רעקאגנאציע? האט ער אמאל געפאדערט עפעס? האט ער דען אפילו באקומען כבוד פון איינעם? גארנישט. סתם אן עושה חסד לאלפים. מיר דארפן אלע שרייען בקול רם: א דאנק! ניין, נאך העכער: א - ד - א - נ - ק - !


אז מ'רעדט שוין: איך האב גראדע יא באדאנקט קעלנער'ן בעבר פאר זיין געוואלדיגע מיה וואס ער לייגט דא אריין. אבער אריינטראכטנדיג, וויפיל כ'האב שוין געדאנקט האב איך כמעט גארנישט געדאנקט קעגן דעם ריזן טובה וואס ער טוט פאר אונז. מיר אלע זעען דאס יעצט, ווען מ'שפירט ווי מ'קען נישט ווייטער אנגיין אן ק"ש. א רגע'לע, אויב אזוי, דאנקטס דעם וואס ס'קומט זיך די קרעדיט דערפאר! יעצט ווייסטס עטס ווי שטארק די טובה איז.


נאכאמאל: ייש"כ @קעלנער פאר אלעס ביז אהער, און מיר האפן אז דו - אדער בא כוחך - וועט דאס ווייטער פירן, ביזן טאג וואס משיח וועט טייטלען אויף אפאר אידעלעך און זאגן: אדאנק ענק בין איך געקומען, כ'האב נאך מיט וועם צו גיין צום טיש...
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15918 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג מערץ 13, 2016 3:35 am

דער ניצט דיך שוין אויס א לאנגע צייט, מעגסט שוין שטעלן א ווידערשטאנד.
ולהענין, קען זיין אז שש זאגט עפעס.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 842 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מערץ 13, 2016 4:59 am

berlbalaguleh האט געשריבן:די צווייטע הערה: אז דיין ליינען קריאת שמע של שחרית אין דיין קאר וועט דיך בכלל נישט ברענגען צו גילוי

ער רעדט נישט פון קריאת שמע של שחרית, נאר של בין הערביים..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18825 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:44 am

אדנירם האט געשריבן:דו רעדסט פון קעלנער, אז ער ארבעט שלא על מנת לקבל פרס. מ'כאפט ניטאמאל, אז לא די דער צדיק האט נישט באקומען קיין גרייצער פאר זיין ארבעט, לא די ער האט געהאט קאפ וויי/הארץ וויי כסדר - ווי די סדר פון די וואס פירן א וועבזייטל [אוודאי אזא וועבזייטל וואו כבוד הזולת פון יעדן שמויגערישער שרייבער, איז טייערער ווי גאלד], לא די ער האט גאר געצאלט אפאר דאלער אויפצוהאלטן דעם וועבזייטל, איז ער גאר דער וואס האט ביי יעדן גליון געווען דער שיינער גרויסער נדבן, אלעס כדי מחיה צו זיין אנדערע אידן. ער האט נישט גענומען פאר 'גרענטעד' אז ער קען אנקומען ווי שיינע איד שניידן פירות פון זיין הארעוואניע [חוץ מזה, וואס ביי די גליונות איז ער זעלבסט אויך געווען גענוג אינוואלד].


קיינער ווייסט נישט ווער קעלנער איז, ווער זאגט ער האט נישט באקומען קיין געלט פאר זיין ארבעט? ווער זאגט ער איז דער וואס צאלט פאר די סייט? ווער ווייסט בכלל וואס זיין אגענדע איז? די תמימות דא איז אין לשער.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 11:50 am

און טאמער צאלט אים איינער?
האלטסט אז ער וואלט געשריבן אזא מודעה מדעת עצמו?
מאכסט נאר שווערער די קשיא!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג מערץ 13, 2016 11:51 am

ווי אזוי ווייסטו אז קיינער ווייסט נישט?
איך ווייס נאך נישט דיין אגענדע!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6782 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1299 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:53 am

אפשר האט ער באקומען א נייע דזשאב וואס צאלט בעסער צווואס.

קיינער ווייסט נישט זיין אגענדע ווייל ער זאגט נישט.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 11:55 am

אהא, און ווער האט אים געדינגען?
קען יענער נישט 'צאלן' א צווייטן?
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:56 am

אפשר האט יענער שוין נישט קיין געלט
אפשר האט ער מחליט געווען תשובה צו טוהן און נישט שטיצען אזא טריפה'נע פלאץ
אפשר האט ער מחליט געווען צו ווערן פריי און נישט שטיצען אזא כשר'ע פלאץ
גיי ווייס
אלס איז דאך אטאמישע סודות דא.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 13, 2016 12:00 pm

פארשוויגען האט געשריבן:אפשר האט יענער שוין נישט קיין געלט
אפשר האט ער מחליט געווען תשובה צו טוהן און נישט שטיצען אזא טריפה'נע פלאץ
אפשר האט ער מחליט געווען צו ווערן פריי און נישט שטיצען אזא כשר'ע פלאץ
גיי ווייס
אלס איז דאך אטאמישע סודות דא.


כוואלט די זיכער געראטען זאלסט ניצן דיין ניק נאמען, פיהר עס אויס מכח אל הפועל, דאנקעשיין פון פאראויס
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2170 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מערץ 13, 2016 12:19 pm

פארשוויגן פארוואס ביסטו אוועק פון אייוועלט? גיי צוריק און לאז לעבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18825 מאל

Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:41 pm

@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:45 pm

עניוועי, כ'גלייב נישט וועסט עפעס אויפטון מיט די ת' לעקעריי
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:46 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:פארשוויגן פארוואס ביסטו אוועק פון אייוועלט? גיי צוריק און לאז לעבן.

און ווי גייסטו אין א וואך ארום?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 12:57 pm

מפוזרי האט געשריבן:@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!


במחילת כבודך,
די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.
די סיבה פארוואס @קעלנער האט מסכים געווען צו זיין פארנומען די אלע יארן מיטן שטיבל איז שוין שווערער מסביר צו זיין, אזויפיל איז זיכער אז ס'קומט אים אן הכרת הטוב פאר אלע זיינע ארבעט און כחות וואס ער האט דא אריינגעלייגט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 2 געסט

cron