תכלית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

תכלית

שליחה דורך עזריאל »

אין א פרישע תגובה פון קעלנער דערמאנט ער אט די ווערטער;
קעלנער האט געשריבן:קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן.

כ׳האב געטראכט שטיל ביז איצט און אצינד באשלאסן צו טראכטן הויעך.

ס׳איז נישט קיין סוד אז די רעכטן פון פרייע אויסדריק וואס אין די חרידישע פרעסע איז דערווייל נאר געווען דא אויף קאווע שטיבל איז געווארן גענוצט דורך עטליכע אומבאטעמטע יונגען מיט א איינציגער ציל צו שרייבן כפירה ומינות על ה׳ ועל תורתו הק׳, און דברי ניאוץ אויף יעדן ערליכער איד וואס לעבט אדער לעבט שוין נישט, די פאר ביטערע וואן טרעק מיינדעד חברה האבן געטראפן אין קאווע שטיבל א פלאץ צו אויסגיסן זייער צואה און אנשטינקן דאס פלאץ פשוט ווייל מ׳האט זיי געגעבן א פרייע פלאטפורמע ווי זיך צו לאזן הערן, און זיי האבן געוויסט די שוואכקייטן פון די הנהלה אויף וואס צו טרעטן, איינס דערפון אז די הנהלה האט נישט אזוי שנעל אויסגעשפארט קיין מעמבערס.

די הנהלה פון זייער זייט האט געדארפט כסדר זיין פארנומען צו רעאגירן און גיין צווישן די טראפען מעקן וואס מ׳דארף ווארענען די באטרעפענדע און אנטשולדיגן פאר אנדערע, די פאר אומערצויגענע האבן אזוי זיכער געמאכט צו דערגיין די יארן פאר די הנהלה און פאר אלע (חוץ זיי זעלבסט) מעמבערס און אלע ליינער׳ס, ווען עימיצער האט געזוכט צו ליינען עפעס אויף קאווע שטיבל האט ער נישט געוואלט ליינען קיין כפירה און נישט וועגן די זעלבסט-מערדערס פון די או-טי-די געמיינדע, להראיה אז ער איז געקומען צו קאווע שטיבל, ווען ער זיכט עפעס אנדערשט גייט ער ווען אויף א צווייטע פלאץ.

ס׳לאזט זיך גלייבן אז די הנהלה האט מער נישט געוואלט זיין פארנומען מיט די חברה, און אויך נישט געוואלט זיין אחריות אויב איינער ליינט עפעס פון זייערע דברי שחץ וואס די הנהלה איז נישט געווארן אויפמערקזאם דאס מגיה צו זיין, און לאור זאת האט די הנהלה באשלאסן צו קלאזן שאפ.

קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט, ס׳לאזט זיך דעבאטירן, אזוי צו אזוי ברויך מען לאזן הערן אז זייער מיינונג איז נישט געווען די מיינונג פון די קאווע שטיבל שרייבער, כאטש זיי האבן אנגעפירקלט דאס גאנצער שטיבל און מ׳האט זיך רוב מאל נישט געקימערט מיט זיי איז פשוט ווייל קיינער האט זיך נישט געזוכט אנצוהייבן מיט די פאר ביטערע חברה וואס זענען על פי רוב קליינע בעלי השגה און סיי וועלכער ענין. אזויפיל יא דאס וואס קאווע שטיבל האט זיך איינגעקויפט א נאמען פאר א אפענע פלאץ צו דעבאטירן נושאים איז נישט געווען וואס זיי האבן ארויפגעברענגט צו דעבאטע טישל יענץ איז רוב מאל פארענדיגט געווארן מיט זייערע ווערטער אן קיין תגובות פון אנדערע, חוץ ווען עימיצער האט געפילט פאר וויכטיג צו באשרייען דער נושא, נאר אדרבה די נושאים אין וואס זיי [זייענדיג וואן טרעק מיינדעד מיט זייערע אגענדעס] האבן על פי רוב נישט אנטייל גענומען דאס דווקא האט געצויגן מאסן ליינער צו אונזער זייטל, און דאס איז מיט וואס אונזער שטיבל האט זיך איינגעקויפט איר נאמען אלץ א פלאץ ווי מ׳קען אפען אויסשמועסן נושאים.
רעאגיר