בלאט 1 פון 1

וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 16, 2016 11:09 pm
דורך העניך
ס'איז אן אלטער שפיל זיך צו פרובירן צו דערמאנען דעם פריסטן יוגנט זכרון, ביי די צוויי-דריי יאר. פארוואס זאלן מיר נישט טון דאס זעלבע אין דער ווירטואלער וועלט. וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

מיין פריסטער זכרון איז פון יאר תשס"ה. כ'בין דעמאלט געווען א בחור פון 16 יאר אלט, און ס'האט זיך מיר פארוואגלט א קאמפיוטער און א סי-די פון AOL מיט 6 חדשים אומזיסטער אינטערנעט. במחתרת האב איך איינגעשטעקט דעם קאמפיוטער אין א טעלעפאן, און זיך ארויפגעזעצט אויף דעם אינטערנעט מיט דייל-אפ.

איך האב נישט געהאט קיין מושג וויאזוי דער אינטערנעט ארבעט, כ'האב אויך נישט געהאט קיין איין מענטש וואס זאל מיר קענען אנווייזן וואס צו טון. אזוי האב איך ארומגעוואנדערט און צוביסלעך אויסגעפונען דורך א קליק דא און א קליק דארט.

איינמאל כ'האב אנטדעקט דעם סוירטש קעסטעלע, האב איך אריינגעשטעלט דעם ווארט Talmud – ס'האט זיך מיר פארשמעקט צו זען וואס מ'קען געפונען אויף דעם אינטערנעט וועגן דער גמרא. איינער פון די ערשטע רעזולטאטן איז געווען דאס, א וועבסייט פון אן גלח מיט'ן נאמען מייקל האפמאן וועלכער האט דורכגעלערנט דעם גאנצן תלמוד מיט'ן ציל צו טרעפן די מאדנעסטע שטיקלעך וואס מ'קען נוצן צו העצן קעגן אידן.

כ'האב ארויסגעדרוקט גאנצעטע בלעטער פון זיין וועבסייט, און כ'בין היבש שאקירט געווארן פון די ציטאטן וואס ער האט געברענגט. ערגעץ וואו האט ער אויך דערמאנט א פרשה מיט א מאלעסטאר אין ארץ ישראל מיט'ן נאמען בריזל. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט וועגן דעם מושג פון מאלעסטארס, און אז חרדים פרובירן צו דערשטיקן די פעלער.

וואס זענען אייערע ערשטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:14 pm
דורך הוגה
דו ביסט רעלאטיוו יונג אויב ביסטו אין ס"ה געווען נאר זעכצן. מיין ערשטע זכרון פון די אינטערנעט איז געווען ווען איך בין אלץ בחור געגאנגן צו א חבר'ס הויז צו דאונלאודען אומלעגאל ניגונים פון די אינטערנעט דורך נעפסטער. ווער געדענקט נאך נעפסטער? עס האט גענומען זייער לאנג. דעמאלטס איז אינטערנעט ניטאמאל געווען אויפן טיש. ציעשניב'ער רב איז נאך ארום געלאפן האלטן דרשות אקעגן קאמפיוטערס, עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן דעמאלטס אז אלע ביזנעס וועט זיין אנליין און אז א יעדער איינער וועט איין טאג ארום גיין מיט א קליינע קאמפיוטער מיט היי ספיד אינטערנעט אין טאש.

.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:18 pm
דורך דבילה
דראדזש מיט מרס לעווינסקי

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 4:11 pm
דורך ליפא
ערשטע מאל וואס איך האב אנדעקט אינטערנעט האב איך געמיינט אז אינטערנעט געמאכט פאר פאני קליפס, כ'געדענק נישט ווער ס'האט מיר געשיקט צום וועבסייט bigboys.com, דארט איז געווען טויזענטער אינטערעסאנטע קליפס יעדע טאג נייע זאכן, ווען כבין געזיצן אויפן נעט איז עס געווען דארט. שפעטער האבן זיי געטוישט נאמען צו break.com

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 4:46 pm
דורך שצם_חנכל
בינעך דאן נאך געוועזן א כולל אינגערמאן, גוט פארשטאנען אלע חוות דעת'ן און פתחי תשובה, אבער די חילוק פון אימעיל און דזשימעיל האב איך נישט געוואוסט. ביום מן הימים דארפענדיג ערלעדיגען עפעס אנליין האב איך אריינשפאצירט צום דערנעבנדיגען לייברערי און זיך געמוטשעט א וויילע ביז איך בין פארטיג געווארן, אבער דערנאך בין איך שוין געבליבען דארט זיצן פאר די איבריגע שעות פונם טאג.

איך געדענק נישט גענוי וואס די סוירטש קווערי איז געווען, אבער סאם האו בין איך שוין ביים סאמע ערשטע סעסיע אנגעקומען צו איינע פון די היימישע בלאגס. איך האב אנגעהויבען וויזיטען די לייברערי אויף א רעגולארן פארנעם געפאלאוט אלע היימישע אין די בלאג ספערע. זייענדיג א נייער האב איך זיך נישט געטרויעט דאן צו קאמענטען אויף די 'גרויסע טאטע' בלאגערס, אבער געטרינקען זייערע רייד מיט גרויס דורשט.

היינט צוטאגס ווייס איך וואס איז דאס דזשימעיל, אבער די חוות דעת האב איך שוין פארגעסען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:18 pm
דורך יואליש
אין ישיבה פלעג איך בארגן א חבר'ס "נעקסטעל" טעלעפאן. הגם מ'האט נישט געקענט עפענען קיין בראוזער, האט עס אבער געהאט א שטייטע קאנעקשאן צו א דיקשאנערי אויף וואס כ'האב פארברענגט שעות אויף שעות. איין בין הזמנים, תשרי 2000, האב איך פארברענגט מיט חבירים כולל אינגעלייט אין שול איבער די היציגע בוש וו. גאור וואלן. איינער האט געזאגט אז מ'זאל זיך אריבערכאפן אין לייברערי צו אויפקוקן די לעצטיגע אנטקעטעס און עלעקטראל מאפע. דארט האב איך די ערשטע מאל געעפענט א בראוזער. סי. ען. ען. האט געהאט א שוואכע וועבזייט און ס'האט גענימען פאר אייביג צו לאדענען. כ'האב זיך אנשטאט פארליבט אין די לייברערי, א לעבעדיגע אינטערנעט מיט ווירקליכע בלעטער.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ב״ה כ'האב נאכנישט טועם געווען די טריפענע אינטערנעט, אזוי ווי כ׳הער פון די רבנים הגאונים שליט״א ווי שוידרעלך ס׳איז, האף איך אז כ׳וועל קיינמאל נישט טועם זיין טעם חטא.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:26 pm
דורך קאצקע ציקער
הוגה איך מיין ס'פונקט פארקערט וואס דו זאגסט, דו ביסט רעלאטיוו אלט און העניך איז רעלאטיוו נארמאל , איך מיין אז רוב עולם דא איז אין די דרייסיגערס אדער אביסל אינטער די דרייסיגערס ווי העניך.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 8:16 pm
דורך כוכב
צוקער זיסער אשכול.
איך האב נישט געזען די גוגל לאגא איידער מיין חתונה, און עטליכע דערויף, א יאר צוויי דריי נאך מיין חתונה, האט מיך א חבר מסיח לפי תומו אויסגעלערנט דעם גרויסן סוד וויאזוי מ'כאפט ווייפיי.
אזויפיל האב איך שוין געוואוסט אז דער אינטערנעט איז חזיר טריפה און דעזעגנירט בלויז פאר די ערגסטע פון די ערגסטע, און איך לאז אייך אלע אליין אויס'דמיון וואס מיין ערשטע סוירטש איז געווען.
מיין ערשטע אימעיל האב איך געשיקט צו גאווערנער טשארלי קריסט פון פלארידע ביי די מארטין גראסמאן פרשה מיט עפעס א נוסח אין ענגליש וואס מיין פרוי האט מיך פארגעשריבן. אז יאסי געשטעטנער הייסט, ווי פאלט בכלל איין נישט צו פאלגן. האבן מיר זיך טאקע געקאכט אין דער געפערליכער עוולה פון די פלארידע רעגירונג פאר'ן הרגענען א קאפ-קילער און זיך נישט מייאש געווען ווילאנג יאסי האט זיך נישט געלאזט מייאש זיין.
איך בין געווען נאאיוו און תמימות'דיג, איך בין געווען איבערצייגט אז אויסער שמוץ האט די אינטערנעט גארנישט צו פארקויפן, ווי מ'האט געוואוסט אין ישיבה "אז דער אינטערנעט איז געמאכט פאר שמוציגע בילדער." פראבלעם איז אבער, אז רוב פון מיינע חברים מיט וועמען איך בין געזעסן אויפ'ן ישיבה באנק, זענען נאך אלץ ביי דער זעלבער מיינונג.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 8:45 pm
דורך בן אדם
כוכב האט געשריבן: איך בין געווען איבערצייגט אז אויסער שמוץ האט די אינטערנעט גארנישט צו פארקויפן, ווי מ'האט געוואוסט אין ישיבה "אז דער אינטערנעט איז געמאכט פאר שמוציגע בילדער." פראבלעם איז אבער, אז רוב פון מיינע חברים מיט וועמען איך בין געזעסן אויפ'ן ישיבה באנק, זענען נאך אלץ ביי דער זעלבער מיינונג.

דאס האט מען דאך אויך געהערט פון די סקולענער רבי ביים גרויסארטיגן כינוס פון איחוד טוהר הקהילות.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:20 pm
דורך העניך
שצם_חנכל האט געשריבן:
איך געדענק נישט גענוי וואס די סוירטש קווערי איז געווען, אבער סאם האו בין איך שוין ביים סאמע ערשטע סעסיע אנגעקומען צו איינע פון די היימישע בלאגס. איך האב אנגעהויבען וויזיטען די לייברערי אויף א רעגולארן פארנעם געפאלאוט אלע היימישע אין די בלאג ספערע. זייענדיג א נייער האב איך זיך נישט געטרויעט דאן צו קאמענטען אויף די 'גרויסע טאטע' בלאגערס, אבער געטרינקען זייערע רייד מיט גרויס דורשט.

וועלכע בלאגס זענען דאס געווען?
מיר האט אויך נישט גענומען מער ווי א סעסיע צוויי אנצוקומען צו קטלא קניא - אוי האט ער מיך צעשאקלט.

Re: וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:24 pm
דורך mevakesh
אהה איך האב הנאה אז קיינער האט נישט אנגעטראפען קיין פר"ן בלע"ז ב"ה כי כל העדה כולם קדושים...

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 18, 2016 8:08 am
דורך שצם_חנכל
קטלא קניא (און מדבר פרן;) האב איך אביסל שפעטער געטראפען, מיין ערשטע איז געווען שטרימפקינד און די קאמענטס דארט האבן געפירט צו אנדערע

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 18, 2016 8:37 am
דורך קאווע טרינקער
קוים 17 יאר אלט אין מאנסי, האט מיך א חבר גענומען צו די קאמיוניטי קאלעדזש, ס'געווען דארט עטליכע קאמפיוטערס, איך האב אריינגעלייגט "צעהלים" די נאמען פון מיין חסידות, און ס'איז ארויפגעקומען די "צעהלים (פאפא) מצה בעקעריי" and it made my day.
שפעטער איז בחדרי חדרים געווען מיין איינציגסטע השגה, ווען ר' יונה מיט אנדערע ארונים און זאליס האבן לוחם געווען מלחמתה של תורה וחסידות.
ערשט נאכן חתונה האט מיר איינער מסביר געווען אז צו באקומען אימעיל דארף איך נישט נוצען אייביג זיין קאמפיוטער...
דאצ'ה זכרונו לברכה איז געווען פון מיין פעיווערטס, אייוועלט - אין די בראשית יארן... פרשת ויצא האט מיך וישלח'ט דא אהער... אין קאפיטאן שטיבל.

Re: וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 18, 2016 10:13 am
דורך א איד
נאך מיין חתונה מיינט נישט אז איך בין געווען אלט, האב איך געדארפט עפעס ערלעדיגן, און פארדעם געדארפט האבן אימייל, האט מיר א חבר מיינער אריינגענומען צו זיין שווערס אפיס, און מיר אויסגעלערנט צו עפענען א דזשימעיל אקקאונט, און פון דארט איז היסטארי.

Re: וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 19, 2016 11:34 pm
דורך ביליג
אין ישיבה אפיס האב איך דורך געקוקט אלע אפליקציעס וואס די סעקרעטערי האט געשיקט פאר איינעם (מן הסתם די ראש הישיבה)
און דערנאך בין איך געזעצן אויף youtube גאנצע נעכט ביז מען האט געלייגט א נייע שלאס אויך די אפיס
נ.ב. @ראש הישיבה אויב איך האב אנגעמאכט שאדן בעט איך דיר איבער
-הקטן ביליג

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 20, 2016 1:03 am
דורך מבקר

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 20, 2016 2:34 am
דורך שש משזר
מבקר האט געשריבן:מיין ערשטע גוגל סירטש

לויט ווי מבינים געבן איבער, איז ער זייט דעמאלס אריינגעטון אין יענע נושא, אזש ער טרעפט ניטאמאל קיין צייט צו אפשטאטן נארמאלע וויזיטן אין ק"ש... :D

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:00 pm
דורך גנדי
מיינע ערשטע זכרונות.

א חבר מיינע האט געהאט א קאפיוטער, ווייל זיין פאטער האט געוואלט זיין א מחבר ספר.

האמיר פרובירט די AOL FREE MINUTES

מן הסתם איז דאס נאך געווען אין א פלאפי דיסק פארמאט.

נאכדעם בין איך געשטאנען ביי די פאבליק פאון צו קענסלען מיין אקאונט און זיי האבן מיר צוגעלייגט נאך מינוטין.

דייל-אפ איז געווען געפערליך שטייט מיט מאדנע קולות, ווען א טעלעפאון קאל איז אריינגעקומען האט זיך עס אפגעהאקט....

כדי צו עפענען אן אקאונט האט מען געדארפט א קרעדיט קארטל. איך בין דאן געווען אן עדישענעל ביי מיין גרויסן שוואגער. נאכדעם האט AOL נישט אויפגעהערט פארפלייצען מיין שוואגערס פאסט קעסטל מיט דיסקס און סידיס פון FREE MINUTES אונטער מיין נאמען. איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי זיך צו פארענטפערן פאר מיין שוואגער...

Re: וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 22, 2016 11:53 pm
דורך smart
קאצקע ציקער האט געשריבן:הוגה איך מיין ס'פונקט פארקערט וואס דו זאגסט, דו ביסט רעלאטיוו אלט און העניך איז רעלאטיוו נארמאל , איך מיין אז רוב עולם דא איז אין די דרייסיגערס אדער אביסל אינטער די דרייסיגערס ווי העניך.

כוכב האט געשריבן:צוקער זיסער אשכול.
איך האב נישט געזען די גוגל לאגא איידער מיין חתונה, און עטליכע דערויף, א יאר צוויי דריי נאך מיין חתונה, האט מיך א חבר מסיח לפי תומו אויסגעלערנט דעם גרויסן סוד וויאזוי מ'כאפט ווייפיי.
אזויפיל האב איך שוין געוואוסט אז דער אינטערנעט איז חזיר טריפה און דעזעגנירט בלויז פאר די ערגסטע פון די ערגסטע, און איך לאז אייך אלע אליין אויס'דמיון וואס מיין ערשטע סוירטש איז געווען.
מיין ערשטע אימעיל האב איך געשיקט צו גאווערנער טשארלי קריסט פון פלארידע ביי די מארטין גראסמאן פרשה מיט עפעס א נוסח אין ענגליש וואס מיין פרוי האט מיך פארגעשריבן. אז יאסי געשטעטנער הייסט, ווי פאלט בכלל איין נישט צו פאלגן. האבן מיר זיך טאקע געקאכט אין דער געפערליכער עוולה פון די פלארידע רעגירונג פאר'ן הרגענען א קאפ-קילער און זיך נישט מייאש געווען ווילאנג יאסי האט זיך נישט געלאזט מייאש זיין.
איך בין געווען נאאיוו און תמימות'דיג, איך בין געווען איבערצייגט אז אויסער שמוץ האט די אינטערנעט גארנישט צו פארקויפן, ווי מ'האט געוואוסט אין ישיבה "אז דער אינטערנעט איז געמאכט פאר שמוציגע בילדער." פראבלעם איז אבער, אז רוב פון מיינע חברים מיט וועמען איך בין געזעסן אויפ'ן ישיבה באנק, זענען נאך אלץ ביי דער זעלבער מיינונג.


As it sounds from kochav he is much yunger if his first time on internet was just few years ago.

And bdw I still look up onu @kochev..

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:24 am
דורך berlbalaguleh
העניך: א ייש"כ פאר דיין הערליכן מאמר איבער דיינע זיכרונות פון אינטערנעט באזוך.בתוך הדברים דערמאנסטו דארט איבער עפעס א גלח, מייקל האפפמאן, וועלכער זוכט אייביג ארויס די מאדנעסטע מאמרים אין תלמוד. דער איז נישט דווקא א פראקטיצירנדער גלח. נאר ער איז ליידער איינער פון די מערסט-בארימטע אנטיסעמיטן. ער איז איינער פון די עמודי התווך פון די היינטיגע אנטיסעמיטישע סוב-קולטור. ער איז א דייטש-אפשטאמיגער. ער פארט ארום מערסטנס איבער די אמעריקאנער וועסט. ער רעדט אויף אלע רעדיא סטעישאנס דארט. אלעס מיט דעם ציל צו באשמוצן אידן. ער האט ליידער א סאך שותפים. די אזוי-גערופענע פסעוודא- אינטעלעקטואלן וועלכע וויללן אייביג אויפווייזן ווי פארדארבן די אידן זענען רח"ל. אנגעהויבן פון דעם תלמוד. ס'איז דא נאך איינער, רעוו. פייק ימ"ש, וועלכער וואוינט דאכצעך אין ארעגאן. איך האב איהם איינמאל געהערט רעדן/העצן אויף א ראדיא סטעישן. די שטותים והבלים און שקרים און בלאף וואס זיי האבן דארט צוזאמגערעדט וועגן אידן און דאס געוואלדיגע עם הארצות פון די אלגעמיינע גוי'אישע באפעלקערונג דארט האבן מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. אז ווען ס'וואלט נישט געווען אזוי באדויערענד זייער אנטיסעמיטיזם און בלינדע שנאה וואס זיי האבן אויף אידן וואלט מען געקענט מאכן די בעסטע קאמעדי שוי'ס פון זייערע שמועסן.
למשל. ער (רעוו. פייק) האט געהאלטן אינמיטן פארציילן איבער דעם זעלבסטמארד פון זיין גוי'טע, וועלכע האט געהאט א ברעין טומאר, רח"ל. און זי האט זיך אראפגעווארפן פון א ברידזש דארט אין טייך אריין. מ'האט געזוכט איר טמא'נעם קערפער און מ'האט עס נישט געטראפן. פארשטייצעך אז ער האט געבלעימט דעם טויט פון זיין פרוי אויף די אידן. ווען איינער האט אריינגערופן צו די ראדיא סטאנציע און ר'האט געזאגט אז די..."מוסד"...האט געניצט..."קבלה" איהר צו הרג'נען...! ווען כ'האב דאס געהערט האב איך אויסגעפלאצט אין געלעכטער...!
ס'איז אויכעט דא איינער א משומד וועלכער וואוינט אין וואשינגטאן סטעיט. ער האט אויך א גאנצע סעריע מיט אנטיסעמיטישע קליפס, וועלכע זענען אזוי אבסורד אז מ'קען זיך וואלגערן אויפ'ן פלאהר פאר געלעכטער. אבער די לאקאלע גוי'אישע באפעלקערונג קויפט דאס אלעס אפ פאר גוט געלט. ווען זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי א איד זעהט אויס...!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:33 am
דורך berlbalaguleh
שצם_חנכל האט געשריבן:קטלא קניא (און מדבר פרן;) האב איך אביסל שפעטער געטראפען, מיין ערשטע איז געווען שטרימפקינד און די קאמענטס דארט האבן געפירט צו אנדערע

שצ"ם חנכ"ל: די אלע וועם דו האסט אויסגערעכנט זענען א טייל פון די חבריא קדישא פון שלום דיען...!

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 27, 2019 2:00 am
דורך איש חזון
קאווע טרינקער האט געשריבן:שפעטער איז בחדרי חדרים געווען מיין איינציגסטע השגה

און ווען האסטו משיג געווען (?) אז עס איז 'חרדים' און נישט 'חדרים'? :P

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 27, 2019 9:55 am
דורך מייןמהלך
אפשר אין אפאר יאר ארום וועט עס מיר זיין אינטערסאנט צו טראכטן וואס מיינע זכרונות זענען...דערווייל הייסט עס נאך נישט זכרונות...

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 27, 2019 4:51 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין מיינע ערשטע זכרונות, אבער איין זאך וועל איך אייך זאגן, אז די ערשטע מאל איך בין געווען אויף אינטערנעט, האט מיין הארץ געצאפלט פאר פחד... עס האט זיך געשפירט כאילו איך פיר דא יעצט דורך די גרעסטע פארברעך איך לעבן, עבודה-זרה, גילוי-עריות און שפיכת-דמים אויף איין מאל. איך האב געפילט ווי איך גיי יעצט אריבער א ליניע וואס איך וואלט נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל אריבערגיין. איך געדענק נאך ווי איך האב געשוויצט און געטרייסלט.

וואס פונקטליך איך האב געזוכט און ווי אזוי איך בין צוגעקומען צו דעם, פאר אן אנדערן מאל.